פֿאַרברעכנס און ראַמאַפּאָ-שולן

Ramapo School Felony Charges


פֿון דזשאָש נייטאַן-קייזיס (Forward)

Published August 02, 2013, issue of August 30, 2013.

אַן אָפּשאַצער פֿון הײַזער-פּרײַזן איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿאַרברעכנס, וואָס האָט צו טאָן מיטן אָנגייענדיקן קאָנפֿליקט אַרום דער שול-אַדמיניסטראַציע אין מיזרח-ראַמאַפּאָ, אַ ניו-יאָרקער פֿאָרשטאָטישן ראַיאָן, וווּ עס וווינער אַ סך פֿרומע ייִדן.

„Journal News‟, אַן אָרטיקע נײַעס-וועבזײַט, האָט איבערגעגעבן, אַז דער הײַזער-אָפּשאַצער, מיטן נאָמען אַבֿי וואַרדי, ווערט באַשולדיקט אין אָפּשיקן אַ פֿאַלשן באַריכט וועגן אַן עלעמענטאַר-שול, וואָס געהערט צו דער שול-אַדמיניסטראַציע. אין אָקטאָבער 2010, גלײַך נאָך דער דאָזיקער מעשׂה, האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ידיעה, וואָס ס׳איז געשען. אין זײַן באַריכט, האָט וואַרדי געמאָלדן, אַז די אַלגעמיינע מלוכישע „הילקרעסט-שול‟ איז ווערט 3.2 מיליאָן דאָלאַר, הגם אַן אַנדער ספּעציאַליסט האָט פֿריִער אָנגערופֿן אַ העכערע סומע — 5.9 מיליאָן.

אויפֿן סמך פֿון וואַרדיס באַריכט, האָט די ישיבֿה „אַביר יעקבֿ‟ געקויפֿט די שול פֿאַר 3.1 מיליאָן דאָלאַר. אַ פֿאָרשטייער פֿונעם ניו-יאָרקער בילדונג-דעפּאַרטאַמענט האָט שפּעטער אַנולירט דעם פֿאַרקויף, ווײַל די רעגירונג האָט באַמערקט דעם שאַרפֿן חילוק צווישן די ציפֿערן.

דער דיסטריקט מיזרח-ראַמאַפּאָ, וועלכער געפֿינט זיך אין ראָקלאַנד-קאַונטי, שטאַט ניו־יאָרק, נעמט אַרײַן עטלעכע נישט-ייִדישע און אָרטאָדאָקסיש-ייִדישע שטעטלעך, אַרײַנגערעכנט מאָנסי און ניו-סקווער. צוליב דעם, וואָס די פֿרומע באַפֿעלקערונג שטײַגט זייער גיך און האָט אָרגאַניזירט אַ וואַלן-בלאָק, האָבן די פֿרומע פֿאָרשטייער געוווּנען ס׳רובֿ ערטער אינעם שול-ראַט פֿונעם ראַיאָן — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פֿרומע קינדער לערנען זיך נישט בכלל אין די אומזיסטע שולן, וועלכע ווערן אָנגעפֿירט דורך דער מלוכישער אַדמיניסטראַציע.

לעצטנס — לכל־הפּחות, שוין פֿיר יאָר — רופֿט דער פֿרומער קאָנטראָל איבער דער שול-אַדמיניסטראַציע אינעם ראַיאָן אַרויס אַ סיכסוך צווישן דער ייִדישער מינאָריטעט און אַנדערע תּושבֿים פֿונעם ראַיאָן, וווּ עס וווינען, על-פּי-רובֿ, אַפֿראָ-אַמעריקאַנער.

די באַשולדיקונגען קעגן וואַרדי איז דער ערשטער רעזולטאַט פֿון דער אָנגייענדיקער אויספֿאָרשונג, וואָס די גענעראַלע פּראָקוראַטור פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק פֿירט שוין לאַנג, אין שײַכות מיטן סתּירותדיקן מצבֿ פֿון דער שול-פֿאַרוואַלטונג.

די מעשׂה מיטן פֿאַלש-אָפּגעשאַצטן פּרײַז איז בלויז אַ טייל פֿון אַ גאַנצער ריי רעטענישן, פֿאַרבונדן מיט דער דערמאָנטער שול. די ישיבֿה, וועלכע האָט געפּרוּווט זי איבערצוקויפֿן, געהערט צום חסידישן שטעטל ניו-סקווער. אינעם יאָר 2010, ווען וואַרדי האָט צונויפֿגעשטעלט אַ פֿאַלשן באַריכט, זענען זעקס פֿון אַכט פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-אַדמיניסטראַציע אינעם ראַיאָן געווען פֿרומע ייִדן; אַ טייל תּושבֿים טענהן, אַז זיי קריגן שטיצע פֿאַר זייערע פּריוואַטע רעליגיעזע שולן אויפֿן סמך פֿון דער מלוכישער שול-סיסטעם. די ייִדישע פֿאַרוואַלטער לייקענען אָפּ די דאָזיקע טענה.