װאָס װעט בלײַבן?

Yiddish Hangs On in Latvia

יוסף ראָטשקאָ פֿונעם ייִדישן מוזיי אין דענעבורג ווײַזט דעם שטח פֿון לעטגאַליע אויף דער מאַפּע.
יוסף ראָטשקאָ פֿונעם ייִדישן מוזיי אין דענעבורג ווײַזט דעם שטח פֿון לעטגאַליע אויף דער מאַפּע.

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 02, 2013, issue of August 30, 2013.

װאָס פֿאַר אַ מינים שפּורן בלײַבן נאָך ייִדן אין פֿאַרשידענע געגנטן פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד? צו ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע פֿירט דער מאָסקװער פֿאָרשונג־צענטער „ספֿר‟ בשותּפֿות מיט אַנדערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, אַ גרױסן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט. דאָס נײַע זאַמלבוך, באַטיטלט „דאָס פֿאַרלױרענע שכנות: ייִדן אינעם קולטורעלן זכּרון פֿון תּושבֿים פֿון לאַטגאַליע‟ (אונטער דער רעדאַקציע פֿון סװעטלאַנאַ אַמאָסיװאַ), איז כּולל מאַטעריאַלן פֿון צװײ אַזעלכע עקספּעדיציעס, װאָס מען האָט דורכגעפֿירט אין 2011 און 2012 אין לאַטגאַליע, דער היסטאָרישער געגנט אין מיזרח־לעטלאַנד.

אין די דאָזיקע פֿעלד־אַרבעטן האָבן זיך באַטײליקט פֿאָרשער פֿון פֿאָלקלאָר, עטנאָגראַפֿיע, געשיכטע און ליטעראַטור פֿון רוסלאַנד און לעטלאַנד, בפֿרט פֿונעם ייִדישן מוזײ אין ריגע און דעם דענעבורגער (דװינסק, הײַנט דאַוגאַװפּילס) אוניװערסיטעט. היסטאָריש איז לאַטגאַליע געװען באַװױנט דורך פֿינף פֿעלקער: רוסן (מערסטנס אַלט־גלױביקע קריסטן), װײַסרוסן, פּאָליאַקן, לעטן (פֿונעם לאַטגאַלער שבֿט) און ייִדן. די גרעסערע שטעט, אַזעלכע װי דענעבורג און רעזשיצע (הײַנט רעזעקנע), האָבן געהאַט אַרום אײן פֿערטל ייִדן צװישן זײערע תּושבֿים, בעת אין די קלענערע שטעטלעך, װי פּרײל און קראַסלאַװע, זײַנען כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג געװען ייִדן.

די עטנאָגראַפֿן האָבן אױסגעפֿרעגט צענדליקער עלטערע מענטשן, ס‘רובֿ לעטן און רוסן, װעגן דעם, װאָס זײ געדענקען װעגן זײערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים. אַזױ װי אין אַנדערע ערטער, זײַנען די דאָזיקע זכרונות מערסטנס פּאָזיטיװ. מען דערמאָנט זיך מיט בענקשאַפֿט אין די אַלטע גוטע צײַטן פֿאַר דער מלחמה, װען מענטשן פֿון פֿאַרשידענע גלױבנס און אָפּשטאַם האָבן געלעבט בשלום. מען געדענקט ייִדן װי קלוגע און צומאָל כיטרע לײַט, װאָס זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין מיסחר, אָבער האָבן שטרענג געהיט זײערע מינהגים. מען דערצײלט װעגן זײער גוטהאַרציקײט, װי זײ זײַנען געװען תּמיד גרײט אױסצובאָרגן אױף קרעדיט. מען האָט רחמנות אױף זײער ביטערן גורל בעתן חורבן, און מע באַקלאָגט זיך, אַז אָן ייִדן איז דאָס לעבן געװאָרן נודנע.

אַװדאי, זײַנען די דאָזיקע זכרונות באַפֿאַרבט דורך דער נאָסטאַלגישער בענקשאַפֿט נאָך די „אַלטע גוטע צײַטן‟, װען מען איז געװען יונג און געזונט. דערצו נאָך װילן די עלטערע אינפֿאָרמאַנטן באַפֿרידיקן זײערע חשובֿע געסט. מען װיל זײַן פּאָליטיש־קאָרעקט לגבי די ייִדן, כאָטש דאָס רובֿ פֿאָרשער זײַנען אַלײן ניט קײן ייִדן. די ייִדן זײַנען, װי מען זאָגט, „אַרױס פֿון דער שפּיל‟ אינעם הײַנטיקן לעטלאַנד, װוּ די עטנישע סתּירות שפּילן זיך אױס צװישן לעטן און רוסן; און די ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן װי אַ נאָסטאַלגישער שאָטן בלױז אינעם זכּרון פֿונעם עלטערן דור.

די רעקאָרדירטע שמועסן אַנטפּלעקן פֿאַרשידענע צדדים פֿון שכנישע באַציִונגען, אָבער זײ קאָנען אַװדאי ניט שילדערן קײן פֿולן בילד פֿונעם ייִדישן לעבן פֿאַר דער מלחמה. ביזן 18טן יאָרהונדערט איז לאַטגאַליע געװען אַ טײל פֿון דער פּױליש־ליטװישער מלוכה, און די אָרטיקע ייִדן זײַנען געװען ייִדיש־רעדנדיקע ליטװאַקעס. די מער „קולטורעלע‟ ייִדן פֿון ריגע און קורלאַנד, װאָס האָבן גערעדט דײַטש און רוסיש, האָבן געקוקט פֿון אױבן אַראָפּ אױף זײערע פּראָסטע לאַטגאַלער ברידער.

אָבער ייִדיש איז ניט אין גאַנצן טױט אין לאַטגאַליע אַפֿילו הײַנט. װי אין אַ סך אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך זײַנען אױך דאָ פֿאַראַן אַ פּאָר עלטערע ניט־ייִדן, װאָס קענען עד־היום רעדן ייִדיש. מען האָט אַפֿילו געטראָפֿן אײן פֿרױ, װאָס קאָן אָנשרײַבן איר נאָמען מיט ייִדישע אותיות. און איר זון, װעלכער איז געבױרן געװאָרן שױן נאָך דער מלחמה, האָט אױך פֿאַרשטאַנען אַ ביסל ייִדיש, װײַל זײַנע עלטערן האָבן צומאָל גערעדט אױף ייִדיש אין דער הײם, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשטײן. און בײדע עלטערן זײַנע זײַנען דאָך קײן ייִדן ניט געװען!

פֿאַר דער מלחמה האָבן אין לאַטגאַליע געלעבט קרובֿ צו דרײַסיק טױזנט ייִדישע נפֿשות, אַ דריטל פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון לעטלאַנד. ס‘רובֿ פֿון זײ זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך די דײַטשן און זײערע לעטישע מיטהעלפֿער. נאַטירלעך, באַרירט מען כּמעט ניט די טעמע פֿון לעטישער קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציסטן. דערצו נאָך זײַנען די איצטיקע עלטערע אינפֿאָרמאַנטן דעמאָלט נאָך געװען קינדער. די טעמע פֿון לעטישע נאַציסטן איז הײַנט אַ הײסער ענין אין די סיכסוכים צװישן לעטן און רוסן, און דער ייִדישער חורבן דינט צומאָל װי אַ קאָרט אין דער דאָזיקער פּאָליטישער שפּיל.

גאָר אינטערעסאַנט שרײַבט װעגן דער חורבן־טעמע אין דער לעטישער ליטעראַטור דער יונגער ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון ריגע דידזיס בערזינש. די דאָזיקע טעמע האָט יאָ פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אינעם עפּישן ראָמאַן „דער שטורעם‟ פֿון װיליס לאַציס, דער סאַמע חשובֿער לעטישער קלאַסיקער פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. אַ קאָמוניסט־שבקאָמוניסטים, איז לאַציס געשטאַנען בראָש פֿון דער ערשטער סאָװעטישער רעגירונג אין לעטלאַנד פֿון 1940 ביז 1958. עס איז מערקװירדיק, אַז דער דאָזיקער ראָמאַן זײַנער האָט באַקומען אַ סטאַלין־פּרעמיע אין 1949 און איז אַרױס אין דער רוסישער איבערזעצונג אין 1952, אין סאַמע ברען פֿון סטאַלינס רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור. די חורבן־טעמע איז געװאָרן אידעאָלאָגיש טריף־פּסול אין סאָװעטישן לעטלאַנד ערשט נאָך 1967, מיטן אױפֿקום פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג און ייִדישער עמיגראַציע.

דאָס ייִדישע לעבן אין לאַטגאַליע אין די 1940ער–1960ער יאָרן איז געװען רעלאַטיװ אַקטיװ, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיטן „אַלטן‟ סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די ריגער פֿאָרשערין קאַרינאַ באַרקאַן האָט געזאַמלט אין פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך זכרונות װעגן דעם, װי מען האָט געבאַקן מצות, געפּראַװעט ייִדישע יום־טובֿים, און צומאָל אַפֿילו געלערנט קינדער אַ ביסל ייִדישקײט. די גרעסטע ייִדישע קהילה אין דער געגנט איז געװען אין דענעבורג, װוּ אין 1959 האָבן נאָך געװױנט מער װי צװײ טױזנט ייִדן. צו יענער צײַט האָבן כּמעט אַ העלפֿט פֿון אַלע ייִדן אין לעטלאַנד גערעדט ייִדיש, װי זײער מאַמע־לשון. בסך־הכּל זײַנען אין לאַטגאַליע נאָך דער מלחמה געװען פֿיר רעגיסטרירטע ייִדישע קהילות מיט שילן, און אין נאָך אַ פּאָר שטעטלעך זײַנען געװען אומלעגאַלע מנינים.