יאַנואַר 19, 1915
איך גיי עסן מיטאָג אין דער מיליטערישער קיך. דער קוכער טיילט באָרשט מיט זײַן שעפּלעפֿל. יעדער סאָלדאַט בעט, מען זאָל אים אַרײַנוואַרפֿן אַ ביין און וועמען עס גליקט אָפּ, דער באַקומט אַ ביין. נאָר איין סאָלדאַט האָט מיטאַמאָל באַמערקט, אַז אַנשטאָט אַ ביין, איז אין קעסל מיט באָרשט אַרומגעשוווּמען אַ גאַנצער מענערישער געשלעכטלעכער אָרגאַן.
עס איז געוואָרן אַ סומאַטאָכע. גלײַך האָט מען געוואָרפֿן די שולד אויף מײַן פֿרײַנט יהודה, דעם פֿרומען ייִדישן סאָלדאַט. מען האָט גלײַך גענומען אויספֿאָרשן די זאַך, נאָר קיין שולדיקע האָט מען נישט געפֿונען. מען האָט זיך געטשעפּעט צו יהודהן, ווײַל ער האָט נישט געגעסן קיין טריפֿס, אַ חוץ דעם, איז מען חושד די ייִדן, ווײַל זיי זײַנען אַדורך די ברית־מילה. דער אמת איז, אַז דער מאַגאַזין מיט פּראָדוקטן איז געשטאַנען ליידיק.
מערץ 8, 1915
מאַרשירן מיר ווײַטער, אָבער וווּהין מיר גייען ווייסן מיר נישט. יונגע אָפֿיצירן גייען פֿאָרויס און מיר האָבן זיך לאַנגזאַם געשלעפּט נאָך זיי. די אָפֿיצירן האָבן זיך דערווײַל אָנגעשיכּורט און נישט געוווּסט, וווּ דער פֿראָנט געפֿינט זיך. ערשט ווען מיר האָבן אָפּמאַרשירט 20 קילאָמעטער, האָבן זיך דערווײַל די אָפֿיצירן אויסגעניכטערט, און זיך געכאַפּט, אַז מיר גייען נישט אין דער ריכטיקער ריכטונג.
אַנשטאָט צו גיין צו די קאַרפּאַטן־בערג, האָט מען זיך פֿאַרנומען צו דער פּרעמישליאַנער פֿעסטונג. די אָפֿיצירן האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, האָבן מיר זיי געראַטן צוריקצופֿאָרן קיין לעמבערג, און מיר וועלן שוין אַליין געפֿינען דעם וועג צום פֿראָנט. זיי האָבן אונדז געפֿאָלגט און אַוועק, בעת מיר האָבן גענומען זוכן די מלחמה.
מערץ 29, 1915
מיר פֿאַרזאַמלען זיך בײַ דער צערקווע. אַרום זעקס אַזייגער אין אָוונט האָט מען אונדז צעטיילט אויף גרופּעס. איין גרופּע האָט מען צוגעטיילט צו טראָגן שטעכיקע דראָטן, די צווייטע גיט מען צו טראָגן ברויט. איך בין צווישן די ברויט־טרעגער. ווען עס איז געוואָרן פֿינצטער, האָט מען אַוועקמאַרשירט. יעדער סאָלדאַט האָט געטראָגן צוויי ברייטלעך ברויט און צוויי פּושקעס קאָנסערוון. מיר זײַנען צוגעקומען צו זייער הויכע קאַרפּאַטן־בערג.
דער אָפֿיציר האָט אונדז געוויזן, ווי אַזוי מיר זאָלן קלעטערן באַרג אַרויף. מיר האָבן גענומען קלעטערן וואָס העכער און העכער. עס זאָגט זיך קלעטערן, וואָס העכער מיר קלעטערן, אַלץ קעלטער ווערט. איך ווער מיד. מײַנע קרעפֿטן לאָזן זיך אויס. פֿינף שעה האָט מען אַזוי געקלעטערט, ביז מיר האָבן דערגרייכט איין שפּיץ באַרג. דאָ האָט מען זיך אָפּגעשטעלט און געמיינט, אַז מיר זײַנען שוין אויפֿן פֿראָנט. נאָר דער אָפֿיציר הייסט אונדז קלעטערן ווײַטער, די קעלט איז מוראדיק.
די פֿײַנטלעכע פּאָזיציע ווערט באַלויכטן אַלע ווײַלע מיט פּראָזשעקטאָרן און מיט ראַקעטן. נאָך עטלעכע מינוט רו, האָבן מיר ווײַטער גענומען קלעטערן אויף אַ צווייטן באַרג. מיט איין מאָל האָבן זיך גענומען שיטן קוילן פֿון אַלע זײַטן. מיר ווערן צעטומלט. מיר ווייסן נישט וואָס צו טאָן. דער אָפֿיציר האָט אַ געשרײ געטאָן:
„אַוועקלייגן זיך!” — האָבן מיר זיך אַוועגעלייגט.
מיר ליגן אַזוי בײַ אַ האַלבער שעה, מיר הייבן זיך אויף. נאָר זעקס פֿון אונדז בלײַבן ליגן און הייבן זיך שוין מער נישט אויף. טויזנטער געפֿרוירענע און געהרגעטע סאָלדאַטן וואַלגערן זיך דאָ אַרום און ווערן צעפֿרעסן פֿון רויב־פֿייגל. איך האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן שפּיץ־באַרג, דאָרט איז געווען ליכטיק, ווי אין מיטן טאָג.
איך זע, ווי די דײַטשע סאָלדאַטן שטייען מיט ביקסן גרייט צו שיסן. איך פֿרעג בײַ איין סאָלדאַט, פֿאַרוואָס איז דער פֿײַנט אַזוי נאָענט? ענטפֿערט ער מיר, אַז די דײַטשע סאָלדאַטן שטייען שוין אַזוי אַ פּאָר וואָכן. זיי זײַנען אַלע פֿאַרפֿרוירן געוואָרן אויפֿן באַרג און שטייען אַזוי פֿאַרגליווערט די גאַנצע צײַט.
פֿעברואַר, 1915
כוליגאַנעס פֿאַרשפּרייטן אַ קלאַנג, אַז ייִדן האָבן פֿאַרסמט אַלע ברונעמער מיט וואַסער. די סאָלדאַטן טראָגן זיך אַרום מיט האַס אויף אונדז. אויף צו מאָרגנס האָבן פּוילישע לעגיאָנערן געמאַכט אַ שטיקעלע פּאָגראָם אויף ייִדן. זיי האָבן באַרויבט עטלעכע קלײטן.
פֿעברואַר 28, 1915
אונדזער עשאַלאָן גייט ווײַטער. מיר פֿאָרן אַריבער די גרענעץ. מיר שטעלן זיך אָפּ אין אַ גאַליציאַנער שטעטל סאָקאָל. מיר ווערן אײַנקוואַרטירט צווישן דער ציוויליער באַפֿעלקערונג. איך און יהודה האָבן זיך באַזעצט בײַ אַן עלטערן ייִדן. די ייִדן זעען עפּעס אויס מאָדנע. אַלע טראָגן פּאות. די וואָס מיר קומט אויס צו רעדן מיט זיי, זײַנען גרויסע פֿאַנאַטיקער מיט פֿיל איבערגלויבענישן. זייער קײַזער איז בײַ זיי הייליק. מיר פֿאָרן אַרײַן אין שטאָט. די ייִדישע באַפֿעלקערונג ווערט געכאַפּט אין די גאַסן און ווערט אַוועקגעשיקט אויף אַרבעט. מען שוינט נישט קיין אַלטע און קראַנקע. די מיליטערישע פּאָליצײ יאָגט זיך נאָך ייִדן אַזוי ווי נאָך הינט. זיי באַגייען זיך מיט זיי ברוטאַל.
* * *
אָט אַ דאָ וועלן מיר בלײַבן שטיין, ווײַל די מלחמה איז אין סאַמע ברען. שווערע מיליאָנען האָבן אָנגעוווירן זייערע לעבנס, אָן אַ זינען, אָן אַ צוועק, און אָט די זינלאָזע מלחמה האָט דערפֿירט צו אונדזער אומגליק, דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.