פֿאַר צײַטנס איז פּוטער שוין געווען אַן אָנגענומענער מאכל אין צפֿון־אייראָפּע, אין אינדיע און אין פּערסיע, אָבער אין דרום־אייראָפּע — נישט; סײַ צו די גריכן, סײַ צו די רוימער איז פּוטער אָנגעקומען פֿון דער פֿרעמד. אָט פֿאַר וואָס ס’זענען פֿרעמדלעך אויך די שייכדיקע ווערטער. דאָס אַמאָליקע גריכישע boutyron, הײַנט voutyro, איז אַ צונויפֿהעפֿט פֿון ־bou „קו‟ און tyron „קעז‟. ס’לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז קעז האָבן שוין דעמאָלט די גריכן געמאַכט פֿון שעפּסענער מילעך; האָבן זיי געהאַלטן, אַז פּוטער, איז אפֿשר דער איינציקער פּראָדוקט, וואָס זיי האָבן געמאַכט פֿון קיִיִשער מילעך, דאַרף עס נישט קיין באַזונדערן טערמין.
פֿון די גריכן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די רוימער, און דורך זיי — צו די פֿראַנצויזן — beurre — וואָס דערפֿון וואַקסט אויך דאָס איטאַליענישע burro (דאָס שפּאַנישע burro „אייזל‟ איז דאָ, פֿאַרשטייט זיך, נישט שייך). פֿונעם לאַטײַנישן וואַקסן אויך דאָס ענגלישע butter, דאָס דײַטשישע Butter, דאָס האָלענדישע boter און דאָס ייִדישע „פּוטער‟.
פֿאַר וואָס איז אויף דײַטש Butter, נאָר אויף מאַמע־לשון „פּוטער‟? צו דעם דאַרף מען ברענגען אַ פּאָר לינגוויסטישע טערמינען. אין אַ סך לשונות, בפֿרט אין אייראָפּע, גילט דער חילוק צווישן שטימיקע (voiced) און אומשטימיקע (voiceless) קאָנסאָנאַנטן. בײַ שטימיקע קאָנסאָנאַנטן — ב, ג, ד אאַז”וו — וויברירן די שטימבענדער; בײַ אומשטימיקע, ווידער — ט, פּ, ק אד”גל — וויברירן זיי נישט. אויף ייִדיש גילט דער חילוק, נאָר אין די דײַטשישע דיאַלעקטן לאַוו־דווקא. קען מען אָננעמען, אַז דאָס וואָרט „פּוטער‟, פּונקט ווי „טונקל‟ (אויף דײַטש dunkel), „קעגן‟ (gegen) און נאָך אַ צאָל, זענען אַרײַן אין ייִדיש פֿון אַ דײַטשישן דיאַלעקט, וווּ דער חילוק צווישן שטימיק און אומשטימיק איז מטושטש.
אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לשונות וואַקסן די ווערטער פֿאַר „פּוטער‟ פֿון עלטערע, היימישערע ווערטער. ס’שפּאַנישע mantequilla און ס’פּאָרטוגאַלישע manteiga וואַקסן פֿון אַ וואָרט פֿון פֿאַרן אָנקום פֿון די רוימער, וואָס ס’איז טײַטש „פֿעטס (ספּעציעל פֿון חזיר־פֿלייש)‟, און וואָס קער זיך, אַ פּנים, אָן מיטן וואָרט „סמעטענע‟, וואָס דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין מאַמע־לשון פֿון סלאַוויש: פּױליש śmietana, טשעכיש/רוסיש/אוקראַיִניש smetana. דער שורש דערפֿון איז דער זעלביקער וואָס „מוטנע/מענטנע‟ — נישט־קלאָר (וואַסער); סמעטענע מישט מען ביז פֿון רעלאַטיוו דורכזעיִקער מילעך ווערט מאַטע סמעטענע. דאָ איז אויך שייך דאָס דײַטשישע Sahne „שמאַנט‟, אַ לײַוואָרט פֿון אַלט־פֿראַנצייזיש, אָבער ס’איז אויכעט דאָ Schmant „סמעטענע‟ און Schmetten „שמאַנט‟, וואָס ביידע וואַקסן פֿונעם טשעכישן smetana.
אין סקאַנדינאַוויע נעמט זיך ס’וואָרט פֿאַר „פּוטער‟ פֿונעם ווערב פֿאַר „שמירן‟: אַ שטייגער, דעניש smør, שוועדיש smör. דער דײַטשישער קאָגנאַט איז Schmer, פֿונעם זעלביקן שורש וואָס דער ווערב schmieren, נאָר דער טײַטש איז גאָר „חזיר־פֿעטס‟; דאָס דערמאָנט אונדז שטאַרק אינעם אויבן דערמאָנטן קאָנטראַסט אויף שפּאַניש: ווי געזאָגט, איז ס’הײַנטיקע mantequilla „פּוטער‟, אָבער דאָס גרונטוואָרט, manteca, איז „חזיר־פֿעטס‟.
אויך בײַ די סלאַוון איז „פּוטער‟ פֿאַרבונדן מיט „שמירן‟: פּויליש masło „פּוטער‟ נעמט זיך פֿון mazać „שמירן‟, טשעכיש máslo פֿון mázat, רוסיש maslo פֿון mazať. דאָס אונגערישע vaj, ווידער, איז אַן אַלט, היימיש וואָרט; מיר האָבן שוין געזען, אַז בײַ די אונגערן איז דער ווערב „מעלקן‟, fej, אַ היימישס, בשעת „מילעך‟, tej, איז גאָר אַ לײַוואָרט פֿון פּערסיש.
ווערטלעך און פֿראַזעס מיט „פּוטער‟ האָט מאַמע־לשון צענדליקער:
ווייך ווי פּוטער
שמירן זיך ווי פּוטער
צעגיין ווי פּוטער (אויף דער זון)
נאַס ווי אַ וואַרעניק אין פּוטער
פּוטער־שמירער — „ווײַזפֿינגער‟
נויטפּוטער „געוויקסן־פּוטער, מאַרגאַרין (וואָס מע עסט בלויז אין אַ נויט)‟
פּוטערניק — „פּוטער־הענדלער‟
וווּ איז די קאַץ און וווּ איז די פּוטער?
געל ווי פּוטער
שיקן אַ קאַץ נאָך פּוטער — „נישט כּדאַי‟
אַ קאַץ שיקט מען נישט נאָך פּוטער
אויסשלאָגן פּוטער פֿון „האָבן אַ נוצן פֿון‟
דעם אָרעמאַנס פּוטער־קוכן און דעם נגידס קרענק הערן זיך ווײַט (ווײַל ביידע טרעפֿן זיך זעלטן)
גיין ווי אויף פּוטער — „גרינג‟
אַז גאָט גיט ברויט גיבן מענטשן פּוטער „מיט אַ ביסל הילף קען מען זיך אַן עצה געבן‟
ער נעמט צו די גאַנצע פּוטער „ער האָט הצלחה‟
עס גייט אים מיט דער פּוטער אַראָפּ, דאָס ברויט פֿאַלט אים שטענדיק מיט דער פּוטער אַראָפּ — „ס’גייט שלעכט‟
באָדן זיך אין מילעך און אין פּוטער — „לעבן גוט‟
גוט, ווי אין פּוטער
נישט עסן קיין פּלעצלעך מיט פּוטער — „האָבן אַ שווער לעבן‟
ווען ס’פֿעלט פּוטער צו ברויט איז עס נאָך נישט קיין נויט
שמעלצן זיך (פֿאַר נחת), ווי אַ קניידל אין פּוטער
פֿאַרגלוסטן זיך ווי אַ קאַץ פּוטער
נישט קיין אייער, נישט קיין פּוטער — אַבי דער רצון איז אַ גוטער
פֿון אַ יאַלעווער קו קען מען קיין פּוטער נישט שלאָגן
באַשמירן מיט פּוטער — „חנפֿענען‟
ווער ס’האָט פּוטער אויפֿן קאָפּ טאָר אויף דער זון נישט גיין — „אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל‟?
ווערטלעך מיט סמעטענע:
די סמעטענע — „דאָס בעסטע‟ — טשיקאַווע, וואָס דער מעטאַפֿאָרישער באַניץ איז דאָ אויף ענגליש (cream), פֿראַנצייזיש (crème), פּױליש אאַז”וו, אָבער אויף דײַטש, אַ פּנים, נישט.
אויסמאָלן אַ טעם פֿון סמעטענע — „טאָן עפּעס אומפּראַקטישס‟
אַראָפּכאַפּן די סמעטענע/די יויך, אַראָפּנעמען די סמעטענע און לאָזן פֿאַר יענעם די זויערמילך — „נעמען דאָס בעסטע פֿאַר זיך‟.
x
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.