ישׂראל אייכלער, אַ כּנסת-דעפּוטאַט פֿון דער חרדישער פּאַרטיי־אַליאַנץ „יהדות התורה המאוחדת‟, האָט פֿאַרחידושט דעם עולם, ווען ער האָט זיך אָנגעוואָנדן צו זײַנע אַראַבישע קאָלעגן אויף אַראַביש, בעת אַן אָוונט-רעדע. אייכלער האָט געזאָגט: „מיר זענען מיט אײַך אין אײַער קאַמף פֿאַר דעמאָקראַטיע‟, ווי אַ זשעסט פֿון סאָלידאַריטעט מיט אַנדערע קליינע פּאַרטייען. זײַן אויפֿטריט האָט צו טאָן מיט דעם פֿאָרלייג צו פֿאַרהעכערן דעם מינימום פֿון געוווּנענע כּנסת-ערטער פֿון 2 ביז 4. אויב מע וואָלט אָנגענומען אַזאַ געזעץ פֿאַר די ערשטע וואַלן, וואָלט קיין אַראַבישע פּאַרטיי נישט געקאָנט אַרײַן אינעם פּאַרלאַמענט.
אַכמעד טיבי, אַ דעפּוטאַט פֿון דער אַראַבישער פּאַרטיי „תּע״ל‟ („אַראַבישע באַוועגונג פֿאַר באַנײַונג‟) האָט באַדאַנקט אייכלערן אויף ייִדיש, פֿאַרחידושנדיק ווײַטער די דעפּוטאַטן. טיבי האָט געזאָגט: „מיר די אַראַבער באַדאַנקען אײַך אויף דער תּמיכה וועגן דעמאָקראַטיע‟.
אייכלער איז נישט דער ערשטער ייִדישער כּנסת-דעפּוטאַט, וואָס ווענדט זיך צום פּאַרלאַמענט אויף אַראַביש. אבא אבן, אַ באַרימטער אָראַטאָר און אַ געוועזענער חבֿר-כּנסת, האָט גערעדט גאַנץ פֿליסיק אויף אַראַביש, אַזוי ווי יוסי שׂריד, אַן אַנדער געוועזענער דעפּוטאַט.
במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג, ווי באַוווּסט, זיך באַצויגן צו ייִדיש בפֿירוש נעגאַטיוו און באַטראַכט עס ווי אַ „גלות-שפּראַך‟. מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט מען דורכגעפֿירט אין דער כּנסת אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד פֿאַר דער שפּראַך, אויף וועלכער פֿאַר דער מלחמה האָבן גערעדט 12 מיליאָן ייִדן. אַבֿיגדור ליבערמאַן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט דעמאָלט דערציילט, אַז ביז זעקס יאָר האָט ער גערעדט בלויז אויף ייִדיש. טיבי האָט דעמאָלט אויך געוויזן, אַז ער קען ייִדיש.
מיט עטלעכע דורות צוריק, וואָלט אַזאַ סצענע קיינעם נישט פֿאַרחידושט. אַ סך אַראַבער האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש און אַ סך ייִדן — אַראַביש. דער איצטיקער סאָלידאַריטעט-זשעסט צווישן די מינאָריטעט־פּאַרטייען האָט אָבער אויסגעזען אומגעוויינטלעך. די פּאַרטיי „תּע״ל‟, אָנגעפֿירט דורכן 54־יאָריקן טיבי, האָט געשאַפֿן אַן אַליאַנץ מיט דער „פֿאַראייניקטער אַראַבישער ליסטע‟ („רע״ם‟). אַזוי האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו ווערן אַ דעפּוטאַט, און געוווּנען 4 ערטער.
דער 58־יאָריקער אייכלער געפֿינט זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ. דער אַליאַנץ פֿון צוויי חרדישע פּאַרטייען, „דגל התּורה‟ און „אַגודת-ישׂראל‟, האָט געוווּנען, בסך-הכּל, 7 ערטער אינעם פּאַרלאַמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.