ירדן האָט אַ שווערע פּראָבלעם. צוליב דעם וואָס זי איז דאָס סטאַבילסטע לאַנד צווישן די אַראַבישע לענדער פֿון מיטלענדישן ים, ווערט ירדן באַפֿעלקערט נישט בלויז מיט אירע אייגענע בירגער, נאָר אויך דורך די אומגעציילטע פּליטים. אַז מע רעדט וועגן פּליטים, רעדט מען איבערהויפּט וועגן דרײַ גרופּעס: די אייביקע פּליטים — די פּאַלעסטינער, די איראַקער און די סירישע פּליטים. אָבער וויפֿל באַטרעפֿן זיי און וואָס וועט ירדן מיט זיי טאָן? דאָס בלײַבט דערווײַל נישט פֿאַרענטפֿערט.
די פּליטים שטעלן פֿאָר מיט זיך אַ שווערן עול פֿאַר ירדן. די רעגירונג פֿון אַ מדינה מיט 6.4 מיליאָן בירגער איז נישט מסוגל צו טראָגן דעם יאָך פֿון נאָך עטלעכע הונדערטער טויזנט מענטשן, וואָס האָבן נישט קיין פּרנסה, אָבער האָבן אַ סך באַדערפֿענישן וואָס שײַך עסן, געזונט, דערציִונג, וואַסער, עלעקטריע אאַ”וו. ירדן איז נאָך מער אומבאַהאָלפֿן צוליב דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ און דעם גלאָבאַלן עקאָנאָמישן קריזיס, וואָס האָבן ממשותדיק אָפּגעשוואַכט די ירדנישע עקאָנאָמיע און פֿאַרקלענערט די סומע געלט, וואָס ירדן באַקומט פֿון די אויסלענדישע מנדבֿים.
די צאָל פּליטים איז ענג פֿאַרבונדען מיט דער פּאָליטיק פֿון ירדן, ווי אויך מיט די זאָרגן פֿון די פּליטים אַליין. ס‘איז זייער שווער צו באַשטימען די צאָל פּליטים, וואָס זײַנען אָנגעקומען אין פֿאַרשידענע צײַטן און צוליב פֿאַרשידענע סיבות: די פּאַלעסטינער פֿון 1948, די פּאַלעסטינער פֿון 1967, די איראַקישע פֿון סאַדאַם כוסיינס צײַטן, די איראַקישע פֿון נאָך דער מלחמה און די סירישע פֿון דעם איצטיקן בירגער-קריג.
עס איז כּמעט אוממעגלעך צו וויסן, וויפֿל פּאַלעסטינער וווינען אין ירדן. צוליב דעם וואָס ירדן האָט געהאַלטן, אַז גאַנץ פּאַלעסטינע געהערט צו איר ביז דעם שטילשטאַנד־אָפּמאַך. צוליב דעם, וואָס זי האָט געהערשט איבער דעם מערבֿ-ברעג ביז דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, זײַנען אַלע פּליטים פֿון 1948 און כּמעט אַלע פֿון 1967 פֿאַררעכנט געוואָרן ווי גלײַכבאַרעכטיקטע ירדנישע בירגער. די צאָל פּאַלעסטינער אָן אַ בירגערשאַפֿט גרייכט לפּחות צו 140,000 לויט די ציפֿערן פֿון דער „יו־ען‟ פֿון 2012 (די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָנגעציילט 150,000 מיט אַ 10 יאָר צוריק).
אָבער עס איז אוממעגלעך צו וויסן וויפֿל פֿון די ירדנישע בירגער זײַנען פּאַלעסטינער. די סטאַטיסטיק פֿון דער רעגירונג זאָגט גאָרנישט; נאָר דער מלך האָט געשריבן אין זײַנס אַ בוך, אַז זיי באַטרעפֿן 43% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. דאָס איז זיכער צו נידעריק און די פּאָליטישע דילעמעס פֿון אַ פּאַלעסטינישער מערהײט זײַנען שוין באַוווּסט. דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַר פּאַלעסטינישע פּליטים (UNRWA) בײַ דער „יו־ען‟ האָט אָנגעציילט 2,034,641 פּאַלעסטינער זינט סוף 2012, אָבער דאָס נעמט אַרײַן נאָר די אָריגינעלע פּליטים און די קינדער פֿון די מענער צווישן זיי. די קינדער און אייניקלעך פֿון די פֿרויען זײַנען נישט רעגיסטרירט ווי פּליטים. ס’רובֿ אָרגאַניזאַציעס און אַגענטורן, און אויך דער פּאַלעסטינישער סטאַטיסטיק־דעפּאַרטאַמענט זאָגן, אַז זיי באַטרעפֿן צווישן 50% און 55% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג; די אַנדערע קוואַלן האַלטן, אַז זיי קענען אַפֿילו דערגרייכן צוויי-דריטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.
מיט די איראַקישע פּליטים איז גאָר פֿאַרקערט: אָנשטאָט צו פֿאַרקלענערן די צאָל, איז דער אינטערעס פֿון דער ירדנישער רעגירונג געווען זי צו פֿאַרגרעסערן, כּדי צו באַקומען וואָס מער הילף. ס‘איז שוין אָנגערופֿן געוואָרן די צאָל פֿון 750,000 אָדער 1 מיליאָן נפֿשות. אָבער אַז די רעגירונג האָט געציילט צוזאַמען מיט אַן אייראָפּעיִשער אָרגאַניזאַציע, „פֿאַפֿאָ‟, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז די צאָל גרייכט נישט מער ווי 161,000 נפֿשות. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אָבער, די צאָל דאַרף זײַן גרעסער, ווײַל אַ סך איראַקישע פּליטים אַרבעטן אומלעגאַל און וויל נישט אָנווײַזן פֿון וואַנען זיי שטאַמען.
צום סוף מיינט „פֿיפֿאַ‟, אַז אַרום 450,000 אָדער 500,000 איראַקער האָבן זיך באַזעצט הײַנט אין ירדן. די אינפֿאָרמאַציע איז באַזירט אויף דער אימיגראַציע-סטאַטיסטיק און אויף דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די מאָבילקע-געשעפֿטן.
מיט די סירישע פּליטים איז דער מצבֿ מער קלאָר. שוין אין יאַנואַר זײַנען געווען 250,000 אין ירדן און דער דעפּאַרטמענט פֿאַר פּליטים (UNHCR) רעכנט, אַז כּמעט אַ העלפֿט מיליאָן פּליטים וועלן נאָך אַרײַנדרינגען פֿון סיריע קיין ירדן ביז סוף יאָר. אַ וויכטיקער אונטערשייד צווישן די סירישע און די אַנדערע פּליטים איז, וואָס די סירישע פּליטים בלײַבן שטעקן אין די לאַגערן, בשעת די פּאַלעסטינער און איראַקער וווינען ,דער עיקר, אין די שטעט. צוליב דעם איז זייער שווער פֿאַר די סירישע פּליטים צו געפֿינען [אומלעגאַלע] אַרבעט, און זיי מוזן זיך פֿאַרלאָזן אין גאַנצן אויף דער רעגירונג און די פֿאַרשידענע הומאַניטאַרישע אָרגאַניזאַציעס.
עס זעט אויס, אַז די פּליטים וועלן נישט אַהיימפֿאָרן בקרובֿ. די פּאַלעסטינער האָבן נישט צו וואָס, ווײַל כּמעט אַלע האָבן זיי די פֿולע רעכט פֿון בירגער. דער זיכערהײט-מצבֿ איז נאָר געוואָרן ערגער אין איראַק אין די לעצטע חדשים, און די מלחמה אין סיריע איז ממשיך אָן אַ סוף. די פֿראַגע בלײַבט די זעלבע: וואָס וועט טאָן אַן אָרעמע מדינה פֿון 6.4 מיליאָן מענטשן מיט אַרום איין מיליאָן היימלאָזע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.