סאַמועל ווילענבערג, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין טשענסטאַָכאָוו אין 1923, איז ערשט געוואָרן אַ בן־תּשעים. ער האָט געקעמפֿט אין דעם פּוילישן מיליטער בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה סײַ קעגן די דײַטשן און סײַ קעגן די רוסן, און איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
אין 1942 איז ער מיט אַ טראַנספּאָרט אָנגעקומען פֿון דער געטאָ קיין טרעבלינקע, וווּ נאָך אַן עצה פֿון זײַן חבֿר, האָט ער זיך געבעטן צו אַרבעטן ווי אַ בויער. דאָס האָט אים געראַטעוועט פֿון טויט. זײַן אַרבעט איז געווען צו סאָרטירן די בגדים פֿון די פֿאַרגאַזטע און אויף אַזאַ אופֿן האָט ער דערקענט די קליידער פֿון זײַנע צוויי שוועסטער.
דעם 2טן סעפּטעמבער 1943 האָט ער אָנטייל גענומען אינעם אויפֿשטאַנד אין טרעבלינקע. בעתן אויפֿשטאַנד איז ער אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַגער. ער איז דער לעצטער פֿון די 68 קאַצעטלער, וואָס ס‘האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו ראַטעווען זיך פֿון טרעבלינקע.
ווילענבערג איז זייער פּאָפּולער אין פּוילן, ווײַל ער האָט געקעמפֿט אין דער רעכטער פּוילישע אַרמיי, „אַרמיאַ קראַיאָוואַ‟. דאָרט אָבער האָט מען אין אים געשאָסן פֿון הינטן, דאָס הייסט, עמעצער פֿון די „אייגענע‟, און דערפֿאַר איז ער אַריבער צו דער קאָמוניסטישער „אַרמיאַ לודאָוואַ‟.
אין 1950 איז ווילענבערג עולה געווען מיט זײַן פֿרוי און זײַן מאַמע קיין ישׂראל, וווּ ער האָט געאַרבעט זײַן גאַנץ לעבן ווי אַן אינזשעניר. ערשט ווען ער איז אַרויס אויף פּענסיע, האָט ער אָנגעהויבן זײַן צווייטע קאַריערע ווי אַ סקולפּטאָר. ווילענבערג האָט געענדיקט די קונסט־קורסן בײַם פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (האוניברסיטה העממית) און געוואָרן באַרימט אויף דער גאַנצער וועלט, צוליב זײַנע טרעבלינקע־סקולפּטורן.
ווילענבערג האָט אויך אָנגעשריבן דאָס בוך „דער אויפֿשטאַנד אין טרעבלינקע‟. די טעג מערקט מען אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד. ווילענבערג איז פֿאַרבעטן געוואָרן קיין פּוילן דורכן פּוילישן אויסערן־מיניסטער ראַדעק שיקאַרסקי. ווילענבערס טאַטע האָט זיך בשעת דער מלחמה באַהאַלטן אין וואַרשע אין אַ קעלער. ער איז געווען אַ ייִדישער מאָלער. איז געבליבן אויף דער וואַנט זײַנס אַ מאָלערײַ פֿון יעזוסן. ווילענבערג האָט בײַ זײַן איצטיקן באַזוך איבערגעגעבן אָט די מאָלערײַ, וואָס ס‘האָט זיך פֿאַרהיט אין קעלער, ווי אַ מתּנה, דעם אויפֿשטאַנד־מוזיי אין וואַרשע. די אײַנווינער פֿונעם בנין זענען אָבער נישט מסכּים געווען מען זאָל אָפּנעמען בײַ זיי די מאָלערײַ, וואָס זיי האָבן געהאַלטן ווי אַ מין הייליקייט. זיי זענען איבערצײַגט, אַז אַ דאַנק דעם יעזוס־פּאָרטרעט, איז דער בנין נישט חרובֿ געוואָרן.
סאַמועל ווילענבערג האָט דערציילט, אַז נאָך דער מלחמה האָט דער טאַטע, וואָס ס‘איז אים אויסגעקומען צו מאָלן איקאָנעס, זיך געקלאָגט:
„ווי מאָדנע איז דאָס — מײַן גאַנץ לעבן האָב איך געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער קונסט, און איצט מאַלעווע איך יעזוסן און זײַן מאַמע מאַריאַ‟.
„איך האָב אים געטרייסט, — דערציילט ווילענבערג, — טאַטע, דו מאָלסט נאָך אַלץ בלויז ייִדן‟.
סוף אויגוסט קומט פֿאָר אין וואַרשע דער ייִדישער פֿעסיטוואַל.
די בראָשור פֿונעם פֿעסטיוואַל איז שוין אַרויס, אַזוי אַז איך קען אײַך דערציילן, בקיצור פֿאַרשטייט זיך, וואָס מ‘האָט פֿאַר אונדז צוגעגרייט.
ערבֿ־שבת, דעם 23סטן אויגוסט עפֿנט זיך דער פֿעסטיוואַל מיטן אַנ-סקיס „דיבוק‟. די ראָלע פֿונעם מיראָפּאָלער צדיק שפּילט שמעון שורמיעי, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק אָפּגעמערקט זײַן 90סטן געבוירן־טאָג
די דאָזיקע ראָלע שפּילט שורמיעי שוין פערציק יאָר. ס’איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז נאָר אין וואַרשע קענט איר נאָך זען דעם „דיבוק‟, געשפּילט נישט מיטן „דאָס‟ און „וואָס‟, נאָר מיטן „דוס‟ און „וווּס‟, ווי די חסידים האָבן תּמיד גערעדט און רעדן עד־היום.
שבת וועט איר קענען עסן… וואָס? ישׂראלדיקע מאכלים. דער קאָכער איז דווקא אַ פּוילישער. ער הייסט קוראָן, און איז טאַקע דער זון פֿון יענעם באַקאַנטן יאַצעק קוראָן, איינער פֿון די הויפּט־טוער פֿון דער סאָלידאַריטעט־באַוועגונג, וואָס האָט באַפֿרײַט פּוילן פֿונעם קאָמוניסטישן יאָך.
זונטיק וועט טערעזאַ ווראַנסקאַ די מוזיקאַלישע לייטערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער זיצן בײַ דער פּיאַנאָ און לערנען מיטן עולם ייִדישע לידער. טערעזאַ אַרבעט שוין 30 יאָר אינעם ייִדישן טעאַטער, און זי איז אָן שום ספֿק אַ גרויסע קענערין פֿון ייִדישן ליד.
די ראָזשניקע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס מ‘האָט פֿאַר אונדז צוגעגרייט, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 25טן אויגוסט; איך מיין, דעם חזנים-קאָנצערט. פֿאַרן עמוד אין דער נאָזשיק־שיל וועלן שטיין, צווישן אַנדערע, דער חזן יעקבֿ לעמער פֿון אַמעריקע און דער חזן דוד שניצער פֿון ישׂראל.
הכּלל, אויב איר קומט שוין קיין וואַרשע, איז כּדאַי עס צו טאָן אין אויגוסט. וווּ נאָך וועט איר קענען זען נישט נאָר איין ווערסיע פֿון אַנ־סקיס „דיבוק‟, נאָר גאַנצע צוויי. דער צווייטער „דיבוק‟ קומט טאַקע פֿון ישׂראל. שפּילן דעם „דיבוק‟ שפּילט דער נאַציאָנאַלער טעאַטער „הבימה‟, וואָס איז באַרימט געוואָרן טאַקע אַ דאַנק דער פּיעסע. אָבער בשעת דעם מיראָפּאָלער צדיק שפּילט אין וואַרשע שמעון שורמיעי, שפּילט אים אין תּל־אָבֿיבֿ אַ ליאַלקע, וואָס זעט אויס פּונקט ווי אַ „מאָפּעט‟. איך ווייס נישט, צי דאָס איז געווען דער ציל פֿונעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר, שמואל שוחט הייסט ער, אָבער ווען דער מיראָפּאָלער כּמו-מאָפּעט טרײַבט אַרויס דעם דיבוק פֿון לאהלען, שיסט דער עולם אויס אַ געלעכטער.
דער פֿעסטיוואַל האָט נאָך אַ מעלה. דער זעלבער „דיבוק‟, וואָס קאָסט אין תּל־אָבֿיבֿ 200 שקל אַ בילעט, קאָסט אין וואַרשע בלויז 30. נישט נאָר עסן, אָבער קולטור אויך איז אין וואַרשע אַ סך ביליקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.