צום 140סטן יוביליי פֿונעם בײַרוט־פֿעסטיוואַל, האָט מען געקענט זען, צעוואָרפֿן איבער די גאַסן, הונדערטער קליינע סטאַטועטלעך פֿון וואַגנער — „מיני־וואַגנערס‟ — בײַ „דעם גרינעם האָטעל‟, די היים פֿונעם „ריכאַרד וואַגנער־פֿעסטשפּילהויז‟. אויפֿן זעלביקן באַרג ווערט איצט אויסגעשטעלט אַן עקספּאָזיציע „פֿאַרשטומטע קולות‟, לכּבֿוד די 53 ייִדישע זינגער, מוזיקער און דיריגענטן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אינעם פֿעסטיוואַל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. איינער פֿון די ערשטע ייִדן פֿון דער גרופּע איז געווען דער דיריגענט הערמאַן לוי, וועלכער האָט דיריגירט בײַ דער פּרעמיערע פֿון „פּאַרסיפֿאַל‟, וואַגנערס לעצטע, מיסטישע אָפּערע אין 1882. אויף ביידע זײַטן פֿונעם ריזיקן ביוסט פֿון וואַגנער, געשאַפֿן פֿון היטלערס באַליבסטן סקולפּטאָר אַרנאָ ברעקער, לייענט מען די ביאָגראַפֿיעס פֿון די בײַרוטער מוזיקער, וועלכע זענען אומגעקומען אינעם חורבן. דאָס בײַרוטער „פֿעסטשפּילהויז‟ האָט דער קאָמפּאָזיטאָר אַליין פֿאַרקלערט ווי דאָס בעסטע אָרט צו הערן זײַנע אָפּערעס, און אַ פּלאַץ, וווּ זײַנע אָנהענגער זאָלן זיך צונויפֿקומען.
דאָס קאָמבינירן אַ ביסל קאָמעדיע (די מיני־וואַגנערס) מיט דער טראַגישער געשיכטע פֿונעם „דריטן רײַך‟ (די אויסשטעלונג) איז אַ נײַער פֿענאָמען בײַם פֿעסטיוואַל, וועלכער האָט זיך געעפֿנט דעם 25סטן יולי מיט דער אָפּערע „דער פֿליִענדיקער האָלענדער‟, און עס שפּיגלט אָפּ זײַן הײַנטיקן כאַראַקטער.
דער בײַרוטער פֿעסטיוואַל איז נאָך אַלץ די חשובֿסטע קולטורעלע אונטערנעמונג אין דײַטשלאַנד, און סײַ די דײַטשע קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, סײַ דער פּרעזידענט, יאַכים גאַוק, זענען געקומען אויף דער עפֿענונג. הײַ יאָר פֿאַלט אויס דער 200סטער געבוירן־יאָר פֿונעם קאָמפּאָזיטאָער. לכּבֿוד „דעם וואַגנער־יאָר‟, ווי מע רופֿט עס אין דײַטשלאַנד, קומען פֿאָר קאָנצערטן, אָפּערעס איבערן גאַנצן לאַנד. בײַרוטס נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם „רינג‟־ציקל פֿונעם קאָנטראָווערסיאַלן בערלינער רעזשיסאָר פֿראַנק קאַסטאָרף, איז די ראָזשינקע פֿון די פֿײַערונגען.
וואַגנערס עפֿנטלעכער אַנטיסעמיטיזם, צוזאַמען מיטן פֿאַקט, וואָס די הויך־ראַנגיקע נאַציס האָבן פֿאַרגעטערט זײַנע ווערק, האָבן געלאָזט אַ גרויסן פֿלעק אויף וואַגנערס שם און אויף זײַן מוזיק. ביז הײַנט, האָט ישׂראל אַן אומאָפֿיציעלער „חרם‟ אויף וואַגנערס מוזיק. אָבער די געשיכטע פֿונעם ביירוטער פֿעסטיוואַל, מיט וועלכן עס פֿירט אָן די משפּחה וואַגנער זינט דער עפֿענונג אין 1876, האָט איבערגעלאָזט אַ גרעסערן פֿלעק ווי דעם קאָמפּאָזיטאָרס ראַסיזם און היטלערס מוזיקאַלישער געשמאַק.
דער פֿעסטיוואַל איז געוואָרן באַקאַנט פֿאַר זײַן רעאַקציאָנערער פּאָליטיק, נאָך לאַנג איידער די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט אין 1933. אין די 1920ער יאָרן האָבן די מיטגלידער פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי דאָרטן געפֿונען אַ צווייטע היים. בײַרוט האָט געשטיצט היטלערן אין די 1920ער יאָרן, און היטלער איז באַפֿרײַנדעט געווען מיט דער משפּחה וואַגנער. וואַגנערס אלמנה קאָסימאַ וואַגנער, פֿראַנץ ליסצטס טאָכטער, איז געשטאָרבן אין 1930 און געווען אַ באַקאַנטע אַנטיסעמיטקע; דאָס האָט ווײַטער פֿאַרשטאַרקט די פֿאַרבינדונג צווישן וואַגנערס מוזיק און דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק. אין 1975 האָט וויניפֿרעד וואַגנער, וואַגנערס שנור נאָך אָפֿן גערעדט וועגן איר ליבשאַפֿט צו היטלערן.
הײַנט וויל בײַרוט זײַן מער באַקאַנט ווי אַ וואַגנער־וואַרשטאַט, און נישט קיין טעמפּל צו לויבן זײַן מוזיק. עס ווערט פֿאָרגעשטעלט די אָפּערע ווי אַ קונסט, וואָס דאַרף זײַן רעלעוואַנט צום הײַנטיקן דור, און צוליב דעם אַנגאַזשירט די אַדמיניסטראַציע מער קאָנטראָווערסיאַלע רעזשיסאָרן. אָבער דער ענין פֿון פּאָליטיק פֿילט זיך ווײַער. פֿאַר אַ יאָרן האָט מען אַנטפּלעקט, אַז אַ באַריטאָן־זינגער אין דער אָפּערע האָט אַמאָל געזונגען אין אַ ראָק־און־ראָל־גרופּע מיט אַ סוואַסטיקע־טאַטוּיִרונג אויף זײַן ברוסט. ווען מע האָט עס אויסגעפֿונען, האָט מען דעם זינגער, עווגעני ניקטין, תּיכּף געלאָזט גיין.
לעצטנס, האָט קאַטאַרינאַ וואַגנער, דעם קאָמפּאָזיטאָרס אייניקל, צוגעזאָגט איבערצוגעבן די קאָרעספּאָנדענץ צווישן איר טאַטן און היטלער. אָבער די קאָרעספּאָנדענץ צווישן וויניפֿרעד און היטלער, וואָס ליגט בײַ אַן אַנדער קרובֿ, וועט מסתּמא קיין מאָל נישט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן. מע ווייסט, אַז זי האָט געבעטן בײַם „עס־עס‟־שעף אין פּראָג, קאַרל פֿראַנק, ער זאָל איר איבערגעבן דאָס קאָנפֿיסקירטע לאַנד און הײַזער בײַ די טשעכישע ייִדן.
דער „רינג‟־ציקל, וואָס מע שטעלט פֿאָר דאָס יאָר, גיט דעם הײַנטיקן רעזשיסאָר אַ געלעגנהייט אויסצוטײַטשן די אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון וואַגנערן. לויט דעם וואָס איך האָב דערווײַל געזען, איז דער רעזשיסאָר קאַסטאָרף ווייניקער פֿאַראינטערעסירט אין וואַגנערס אַנטיסעמיטיזם, און מער — אינעם אויסטײַטשן די אָפּערע ווי אַן אַלעגאָריע פֿון אַמעריקעס קולטורעלער העגעמאָניע, מיליטערישער מאַכט און ענערגיע־פּאָליטיק. זײַן נוסח פֿון „רײַנגאָלד‟ קומט פֿאָר אין אַן אַמעריקאַנער „מאָטעל‟. מיר געפֿעלט, וואָס מע מאַכט פֿון דעם פֿאַרגעטערטן וואַגנער און זײַן ווערק, אַ וואָכעדיקע זאַך.
אין 1976 האָט דער דײַטשער פּרעזידענט וואַלטער שיל, גערעדט בײַם פֿעסטיוואַל און געזאָגט — „בײַרוטס געשיכטע איז אַ טייל פֿון דער דײַטשער געשיכטע. זײַנע טעותן זענען די טעותן פֿון אונדזער לאַנד. אין דעם זינען איז בײַרוט אַ נאַציאָנאַלע אינסטיטוציע, אין וועלכער מיר דערקענען זיך אַליין‟. פֿיר יאָרצענדליק שפּעטער זענען זײַנע ווערטער נאָך אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.