די הײַנטיקע מערבֿדיקע טראַדיציע פֿון אַקאַדעמישע ייִדישע שטודיעס שטאַמט פֿון דער דײַטשישער משׂכּילישער „וויסנשאַפֿט פֿון ייִדנטום‟. פֿאַקטיש אַלע דײַטשישע משׂכּילים זענען געווען געשטימט קעגן קבלה, חסידות, פֿאָלק-סגולות און אַנדערע ענינים, וועלכע זיי האָבן באַטראַכט ווי אומראַציאָנעלע. הײַנריך גרעץ, אַ פּרײַסישער ייִד פֿון פּויזן, שרײַבט אַ סך וועגן מקובלים און חסידישע רביים אין זײַן פֿיל-בענדערדיקן ענציקלאָפּעדיש ווערק וועגן ייִדישער געשיכטע. פֿאָרט, זעט מען קלאָר, אַז ער באַציט זיך צו אַזעלכע טעמעס אָן סימפּאַטיע, צומאָל באַגלייטנדיק זײַנע באַשרײַבונגען מיט בפֿירוש נעגאַטיווע קאָמענטאַרן.
אַ טייל פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע משׂכּילים האָבן זיך באַצויגן מער פּאָזיטיוו צו די מיסטישע טעמעס. נחמן קראָכמאַל, אַ באַרימטער ייִדישער פֿילאָסאָף און היסטאָריקער פֿון בראָד, האָט געגלייבט, בדרך-כּלל, אין קבלה, הגם ער האָט אָפּגעלייקנט דעם „זוהר‟. אַ צאָל מעסיקע פֿרומע משׂכּילים פֿון מיזרח-אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט הרבֿ אליהו-פּינחס האָראָוויץ, דער מחבר פֿון „ספֿר-הברית‟, זענען אַליין געווען גרויסע מקובלים.
אין דער אַקאַדעמישער וועלט האָט אָבער לאַנג געהערשט די דײַטשישע שיטה פֿון אַנטיפּאַטיע לגבי קבלה און חסידות. שאול ליבערמאַן, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט די תּלמודישע שטודיעס אין דער ניו-יאָרקער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַריע‟, האָט אויסגעדריקט אַזאַ צוגאַנג אויף אַ שאַרפֿן קורצן אופֿן: קבלה איז פֿאַר אים געווען „שטותים‟, אָבער די היסטאָרישע שטודיעס פֿון שטותים קאָן זײַן אַן אַקאַדעמישע דיסציפּלין.
צוליב דער טעטיקייט פֿון געוויסע יחידים, האָט דער מצבֿ אָנגעהויבן זיך בײַטן. איינער פֿון אַזעלכע מענטשן איז געווען הרבֿ יעקבֿ-עמנואל שוחט — אַ פּראָמינענטער פֿאָרשער און פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון חב״ד-חסידות, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן נישט לאַנג צוריק, דעם 27סטן יולי, אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע.
זײַן טאַטע, ישׂראל-דובֿ שוחט, איז געווען אַ ליטווישער ייִד פֿון טעלז, וועלכער האָט געדינט ווי אַ רבֿ אין דער שווייצאַרישער שטאָט באַזל פֿון 1930 ביז 1947. צוליב דער פּאָליטישער נייטראַליטעט פֿון דער שווייץ, האָט די משפּחה נישט געליטן בשעת דער מלחמה.
שפּעטער איז דער יונגער עמנואל שוחט אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, געוואָרן אַ ליובאַוויטשער חסיד און באַקומען זײַן סמיכה פֿון דער ניו-יאָרקער ישיבֿה „תּומכי תּמימים‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער ממשיך געווען זײַנע וועלטלעכע שטודיעס. במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט ער געדינט סײַ ווי אַ פּראָפֿעסאָר בײַ עטלעכע אוניווערסיטעט אין טאָראָנטאָ, סײַ ווי דער רבֿ פֿון דער דאָרטיקער „קיעלצער שיל‟.
הגם סטערעאָטיפּן וועגן די קולטורעלע חילוקים צווישן ליטוואַקעס, ספֿרדים און אַנדערע ייִדישע גרופּעס זענען אָפֿט פֿאַרפֿירעריש, העלפֿט שוחטס ביאָגראַפֿיע צו פֿאַרשטיין זײַן אוניקאַל אָרט ווי אַ פֿאָרשער פֿון חסידות. זײַענדיק דערצויגן אין אַן עכט-ליטווישער רבנישער משפּחה און וווינענדיק אין מערבֿ-אייראָפּע, האָט ער אײַנגעזאַפּט דעם דערמאָנטן חוקרישן צוגאַנג צו ייִדישקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט די משׂכּילים, איז ער אָבער געווען אַ שטאַרקער חב״דניק. ממילא, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט אַזעלכע שטודיעס, וואָס גרעץ אָדער ליבערמאַן וואָלטן בשום-אופֿן נישט אָנגערירט.
בסך-הכּל, האָט שוחט אָנגעשריבן איבער 30 ביכער, וואָס טראָגן, על-פּי-רובֿ, אַזעלכע כאַראַקטעריסטישע טיטלען, ווי „די מיסטישע דימענסיע‟, „מיסטישע קאָנצעפּציעס אין חסידות‟ און „לעבן מיט משיח‟. אין זײַנע ביאָגראַפֿישע ווערק וועגן דעם בעל-שם-טובֿ און דעם מעזשריטשער מגיד קאָמבינירט ער די אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע און כּמו-וועלטלעכן אַקאַדעמישן צוגאַנג מיט אַ שטאַרק פּערזענלעכער פּערספּערטיוו פֿון אַ מענטש, וואָס גלייבט אומקאָמפּראָמיסלעך אין קבלה און חסידות.
למשל, אין זײַן בוך וועגן דעם מעזשריטשער מגיד פֿאַרגלײַכט שוחט דעם חסידישן פּאַנטעיִזם מיט שפּינאָזע, און דערקלערט, אַז די חסידים זענען אַקאָסמיסטן. אין פֿאַרגלײַך מיטן באַרימטן ייִדיש-האָלענדישן פֿילאָסאָף, ווערט נישט דער באַשעפֿער אידענטיפֿיצירט מיט דער מאַטעריעלער נאַטור, נאָר גאָר פֿאַרקערט: דאָס גשמיות ווערט באַטראַכט בלויז ווי אַן אילוזיע, וואָס באַהאַלט אויס די געטלעכע נאַטור פֿון אַלץ. אַ וועלטלעכער לייענער, באַקאַנט מיט דער פֿילאָסאָפֿישער טערמינאָלאָגיע און דער געשיכטע פֿון וועלט-רעליגיעס, קאָן גרינג פֿאַרשטיין, אַז חסידות איז אין דעם אַספּעקט נאָענט צו די ווײַט-מיזרחדיקע רעליגיעס אָדער צום איסלאַמישן מיסטיציזם.
דער חסידישער פֿילאָסאָף הלל צייטלין האָט באַמערקט, אַז בלויז אַזאַ מענטש, וואָס האָט געהאַט טיף-פּערזענלעכע גײַסטיקע איבערלעבונגען, אָבער קאָן זיי באַטראַכטן פֿון אַ געוויסער דיסטאַנץ, מעג ווערן אַ פֿאָרשער פֿון רעליגיע. סעקולערע פֿאָרשער פֿון גײַסטיקע ענינים קאָנען זיך באַציִען מער נייטראַל צום אָביעקט פֿון זייערע שטודיעס — און פֿאָרט קלינגען זיי אומאויטענטיש. איך האָב אַמאָל לאַנג געשמועסט וועגן קבלה און ייִדישקייט מיט אַן איראַנער, וועלכער פֿירט אוניווערסיטעט-לעקציעס וועגן איסלאַמישער טעאָלאָגיע און אינטערעסירט זיך מיט מיסטישע ענינים. זײַענדיק אַ טיף-גלייביקער מענטש, האָט ער גרינג פֿאַרשטאַנען, וואָס איך האָב אים דערציילט. אַזאַ קאָמוניקאַציע-עפֿעקט באַקומט זיך נישט, ווען מע שמועסט מיט אַ וועלטלעכן פֿאָרשער, וואָס באַטראַכט קבלה ווי „שטותים‟.
אַזאַ טיף-פּערזענלעכער צוגאַנג קאָן אָבער אויך ברענגען דעם מענטש צו טענדענציעזע אויספֿירן. זײַענדיק אַ חרדישער פּראָפֿעסאָר, האָט שוחט שאַרף קריטיקירט אַלע באַוועגונגען און געדאַנקען, וועלכע האָבן פֿאַר אים אויסגעזען נישט גענוג טראַדיציאָנעל. ווען שמואל בוטח, אויך אַ ליובאַוויטשער חסיד, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן בוך „דער כּשרער יעזוס‟, האָט שוחט באַשולדיקט דעם מחבר אין „כּפֿירה‟, הגם ער האָט זיך אַפֿילו נישט באַמיט עס איבערצולייענען. ער האָט זיך אויך באַצויגן שטאַרק נעגאַטיוו צו דעם קאָנטראָווערסאַלן „קבלה-צענטער‟ אין לאָס-אַנדזשעלעס און געמאָלדן, אַז „דאָרטן איז נישטאָ קיין רוחניות אָדער וואָסער-ניט-איז שײַכות צו קבלה‟. דער צענטער האָט געוואָלט נעמען שוחטן אין געריכט פֿאַר זײַנע איבערגעטריבענע בילבולים, אָבער שפּעטער אָפּגעלאָזט דעם רבֿ צו רו.
ווען עמנואל שוחטס בוך „מיסטישע קאָנצעפּציעס אין חסידות‟ איז אַרויס אין 1979, איז עס געווען איינס פֿון די ערשטע ווערק, וואָס האָבן געהאָלפֿן דעם ברייטערן ענגליש-רעדנדיקן עולם צו פֿאַרשטיין די עזאָטערישע זײַט פֿון חב״ד-חסידות דורכן קוקווינקל פֿון אַ גלייביקן מומחה. איצט זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע ווערק אויף דער דאָזיקער טעמע, אַרײַנגערעכנט רחל אליאורס פֿאָרשונגען פֿון פּאַראַדאָקסאַלע עלעמענטן אין דער חב״דסקער טעאָסאָפֿיע און דזשייקאָב טאַשימאַס פֿאַרגלײַך-שטודיע פֿון חסידות — דער עיקר, חב״ד — און דזשען-בודיזם. אין אַזעלכע ווערק שפּיגלט זיך אָפּ, אַז די מחברים זענען ווײַט פֿון דער אויטענטישער חסידישער ייִדישקייט.
די ליובאַוויטשער חסידים פּראָצודירן כּסדר פּאַפּולערע ביכער אויף ענגליש; אָפֿט טראָגן זיי אָבער אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן איין-זײַטיקן טעם. הגם שוחט שטעלט אויך דעם אַקצענט אויף דער באַזונדערער חב״ד-טראַדיציע, לייקנט ער נישט אָפּ די לעגיטימע עקזיסטענץ פֿון אַנדערע חסידישע באַוועגונגען. ווען מע לייענט געוויסע ליובאַוויטשער פּראָפּאַגאַנדע-ביכער, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין אַנדערע מינים חסידות זענען אין דער וועלט נישטאָ. מסתּמא, וועט שוחט נאָך לאַנג בלײַבן אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ פֿאָרשער, וועלכער האָט קאָמבינירט זײַנע אויטענטישע חסידישע איבערצײַגונגען מיט אַ באַלאַנסירטן אַקאַדעמישן סטיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.