אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע, האָב איך אין סאָוועטישע צײַטונגען פֿון די 1920ער יאָרן געלייענט וויצן, וואָס דאָס פֿאָלק האָט געשאַפֿן אַרום דעם וואָרט „געריכט‟ — מע האָט זיך געחכמעט וועגן די צוויי באַטײַטן זײַנע: „מאכל‟ און „דאָס אָרט וווּ מע מישפּט‟. דער צווייטער באַטײַט איז געווען אַ נײַער פֿאַר דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך. אין רוסלאַנד פֿלעגט מען „דאָס אָרט‟ אָנרופֿן מיטן רוסישן וואָרט „סוד‟־sud, ניט צו פּלאָנטערן מיטן העברעיִש-אָפּשטאַמיקן „סוד‟, sod. אַ סבֿרא, אַז בײַ אַ סך ייִדן האָט דאָס „געריכט‟ גענומען אַרויסשטופּן דעם „סוּד‟ נאָר ווען אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד האָבן זיך אין די 1920ער יאָרן באַוויזן געריכטן, וואָס האָבן געפֿירט זייערע ענינים אויף ייִדיש. הײַנט וועל איך טאַקע שרײַבן וועגן אַזעלכע געריכטן, וועלכע מע לייגט ניט אין מויל אַרײַן.
***
בײַ מיר אויפֿן טיש ליגט אַ נײַ בוך, וואָס איז נאָר וואָס אַרויס און איז געווידמעט די באַציִונגען צווישן ייִדן און הינט. איך פּלאַניר צו שרײַבן וועגן דעם שפּעטער, ווען איך וועל עס איבערלייענען. אָבער אומאָפּהענגיק פֿונעם בוך, האָב איך, ווי אַלע מענטשן האָבן, אַן אייגענע באַציִונג צו הינט, דהײַנו: בײַ מיר האָבן חן נאָר אַזעלכע הינט, וואָס זײַנען אַ ביסל קאָמיש. צו „ערנסטע‟ כּלבֿים בין איך גאַנץ, אָדער אַפֿילו אין גאַנצן, גלײַכגילטיק.
צו פּאָליטיקערס באַצי איך זיך לחלוטין אַנדערש. קיין קאָמישער פּאָליטיקער וועט בײַ מיר קיין שטיצע ניט געפֿינען. בלויז איין מאָל אין מײַן לעבן האָב איך געשטימט פֿאַר אַ לץ. דאָס איז געשען מיט בערך אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, בײַם אויסקלײַבן די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער מאָסקווער ייִדישער געזעלשאַפֿט „שלום‟. כ’האָב דעמאָלט אונטערגעהאַלטן די קאַנדידאַטור פֿון וולאַדימיר זשירינאָווסקי, דעם איצטיקן הויפּט-לץ אויף דער רוסישער פּאָליטישער בינע. הײַנט וואָלט איך עס בשום-אופֿן ניט געטאָן.
איך דערמאָן עס אַקעגן דעם, וואָס מיך האָב תּמיד געחידושט, ווי אַזוי די איטאַליענער האָבן געקענט שטימען פֿאַר סילוויאָ בערלוסקאָני. דאָס איז דאָך מער אָדער ווייניקער דאָס זעלבע ווי צו שטימען — אין אַמעריקע — פֿאַר, אַ שטייגער, אַזאַ קאָמישער פֿיגור ווי דאָנאַלד טראָמפּ. מיר איז שווער אויך זיך פֿאָרצושטעלן ווער ס‘וועט שטימען, אין ניו-יאָרק, פֿאַר אַנטאָני ווינער. מיר שײַנט, אַז דאָס קען טאָן נאָר אַ מענטש אָן אַ געפֿיל פֿון הומאָר.
אָבער בערלוסקאָני, אַ חוצפּהניק איינער אין דער וועלט, האָט אין משך פֿון כּמה-וכּמה יאָר געשפּילט די דאָמינירנדיקע ראָליע אינעם איטאַליענישן פּאָליטישן לעבן. דערצו האָט ער געקענט זיך פֿאַרגינען צו מאַכן אָרגיעס, מיט „באַצאָלטע מיידלעך‟. און זײַנע פֿינאַנציעלע ענינים האָט ער אויך געפֿירט ניט לויט די געזעצן און תּקנות. ווען איך זע אים, מיט זײַנע אינפּלאַנטירטע האָר, ווילט זיך מיר תּמיד לאַכן.
איצט איז, דאַכט זיך, געקומען אַ סוף צו זײַן פּאָליטישער קאַריערע. די איטאַליענישע געריכטן, ביז דער העכסטער אינסטאַנץ, האָבן געזאָגט זייער וואָרט — בערלוסקאָני איז געוואָרן אַ תּפֿיסהניק, אַפֿילו אויב אים וועט ניט אויסקומען צו גיין טאַקע אין תּפֿיסה. די דעמאָקראַטישע אינסטיטוטן פֿונעם לאַנד זײַנען, אין לעצטן סך-הכּל, אַדורך דעם טעסט.
***
דאָס איז אַן אַקסיאָמאַטישער אמת: אַ לאַנד, וואָס האָט ניט קיין אומאָפּהענגיק געריכט, קען ניט פֿאַררעכנט ווערן צווישן באמת דעמאָקראַטישע מדינות. דאָס הייסט, אַז רוסלאַנד געהערט ניט צו אַזעלכע מדינות. ס’איז ממש אַ פּאַראַדאָקס, וואָס דווקא דאָרטן, אין פּוטין-לאַנד, באַהאַלט זיך איצט עדוואַרד סנואָדען, און אַז דער רוסישער אָפֿיציאָז באַשרײַבט זיך אַליין ווי די אָפּהיטער פֿון „עכטער‟ דעמאָקראַטיע.
אָט איז אַ פֿרישער מוסטער פֿון דער רוסישער לעגאַלער סיסטעם:
אַ מאָסקווער ייִד, איליאַ פֿאַרבער, האָט באַשלאָסן זיך באַזעצן אין אַ דאָרף, ניט זייער ווײַט פֿון דער הויפּטשטאָט. קיין קלוגער באַשלוס איז עס, בלי-ספֿק, ניט געווען. אָבער אַזוי האָט זיך אים געוואָלט — צו ווערן אַ קולטור-טרעגער. אין קורצן האָט מען אים געשטעלט בראָש דעם היגן קלוב, וואָס איז אַ מין „קאָמיוניטי סענטער‟. אין דעם דאָזיקן קלוב האָט מען געדאַרפֿט מאַכן אַ רעמאָנט, און פֿאַרבער, אַ שלימזל אין אַזעלכע (צי בכלל אין אַלע) זאַכן, האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע פֿינאַנציעלע באַציִונגען מיט דער פֿירמע, וועלכע האָט זיך אונטערגענומען צו מאַכן דעם דאָזיקן רעמאָנט. די רייד גייט וועגן אַ היזק פֿון בערך 30 טויזנט דאָלאַר, און קיין קלאָרע באַווײַזן, אַז פֿאַרבער איז שולדיק זײַנען ניטאָ.
דער סוף איז, אַז עס זײַנען שוין געווען צוויי געריכטן. בשעת דעם ערשטן, האָט דער פּראָקוראָר דערלויבט זיך צו זאָגן, אַז אַ מענטש וואָס הייסט פֿאַרבער, האָט פּשוט ניט געקענט סתּם אַזוי קומען אין אַ דאָרף. דאָס האָט מען (ריכטיק) אינטערפּרעטירט ווי אַנטיסעמיטיזם, און דעם באַשלוס פֿון דעם ערשטן געריכט האָט דער אייבערגעריכט אָפּגעשאַפֿן. מיט עטלעכע טעג צוריק איז געווען אַ נײַ געריכט, וואָס האָט פֿאַרמישפּט פֿאַרבערן צו זיבן יאָר תּפֿיסה. אַגבֿ, צוויי יאָר זיצט ער שוין פֿאַרשפּאַרט. בינו-לבינו, בלײַבן אויף דער פֿרײַ די מענטשן, וועלכע האָבן באַגנבֿעט דאָס לאַנד אויף שווערע מיליאָנען.
דער „פֿאַרבער-ענין‟ איז הײַנט איינע פֿון די צענטראַלע טעמעס אין רוסלאַנד. מע רעדט אָפֿן וועגן אַנטיסעמיטיזם פֿון דעם געריכט. ייִדישע און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך יחידים מישן זיך שוין אַרײַן אין דעם דאָזיקן ענין. מע וואַרט, ווי אַזוי וועלן זיך אויף דעם אָפּרופֿן די הויכע פֿענצטער, צי זיי וועלן קענען דורכגיין דעם טעסט אויף גערעכטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.