מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט ראָיאַל יאַנג, אַ יונגער אַמעריקאַנער שרײַבער, פּובליקירט אַ בוך פֿון זײַנע זכרונות, מיטן נאָמען „Fame Shark‟ („דער הײַפֿיש פֿון באַרימטקייט‟). דער מחבר דערציילט, ווי ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער משפּחה אויף דער נידער-מיזרחדיקער זײַט פֿון מאַנהעטן — אַ ניו-יאָרקער געגנט מיט אַ רײַכער, פֿילפֿאַרביקער געשיכטע, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט אַ סך ייִדן.
יאַנגס מוטער, אַ דאָקטאָר פֿון נייראָ-פּסיכאָלאָגיע, האָט גוט געקענט, אַחוץ ענגליש, נאָך אַ ריי שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, דײַטש און שפּאַניש. איר מאַמע, די באָבע פֿונעם מחבר, האָט געהאַט אַ דאָקטאָראַט אין קינדער-פּסיכאָלאָגיע. בײַ 20 יאָר, ווען דער מחבר פֿון די זכרונות האָט געוואָלט באַזוכן זײַן היים אין מאַנהעטן, האָט זײַן טאַטע אים נישט אַרײַנגעלאָזט. „דו וווינסט איצט אין ברוקלין — און בלײַב דאָרטן!‟, האָט ער אָנגעשריגן אויף דעם 20־יאָריקן זון, וועלכער האָט פֿאַרלאָזט אַ פּראָווינציעלן אוניווערסיטעט אינעם שטאַט ווערמאָנט. זײַן משפּחה, מיט איר טיפּישער ייִדישער אָבסעסיע מיט העכערער בילדונג, האָט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן אַזאַ בושה.
„סוף-כּל-סוף, האָבן אונדזערע אָבֿות זיך געמוטשעט, זייער אייניקל זאָל ווערן אַ געלערנטער תּלמיד-חכם‟, דערציילט ראָיאַל יאַנג אין זײַן עסיי, פֿאַרעפֿנטלעכט פֿון דער ייִט״אַ. ווען די ייִדן זענען „אימפּאָרטירט‟ געוואָרן אויף דעם נײַעם קאָנטינענט דורכן אינדזל עליס, האָבן זיי געהאָפֿט, אַז די קומענדיקע דורות וועלן קאָנען אויסמײַדן די אָרעמשאַפֿט און אומסטאַבילקייט פֿון דער „אַלטער היים‟.
דער מחבר דערציילט אין זײַן עסיי, אַז ווען ער האָט געלעבט אינעם נידער-מיזרחדיקן טייל, האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער. אין דער מיטל-שול, איז ער געווען דער איינציקער ייִד אינעם קלאַס. אַנשטאָט צו שפּילן זיך מיט זײַנע חבֿרים, פֿלעגט ער זיך צוגרייטן צו זײַן בר-מיצווה. אין די 1930ער יאָרן, האָט דער דאָזיקער ניו-יאָרקער ראַיאָן אויסגעזען ווי אַ גילגול פֿון אַ מיזרח-אייראָפּעיִש שטעטל, וווּ עס האָבן געוווינט שדכנים, מקובלים, כּל-זמרים און לינקע ראַדיקאַלן. טויזנטער אימיגראַנטן האָבן שווער געאַרבעט 14 שעה אַ טאָג אין טונקעלע „סוועטשאָפּס‟ אָן פֿענצטער.
אין דער תּקופֿה, ווען יאַנגס זיידע-באָבע האָבן זיך באַקענט און חתונה געהאַט, האָט אויף דער נידער-מיזרחדיקער זײַט פֿונקציאָנירט אַ מעכטיקע סיסטעם פֿון קעגנזײַטיקער הילף. בעת דער „גרויסער דעפּרעסיע‟, האָבן די אימיגראַנטן אַקטיוו געהאָלפֿן איינער דער צווייטן אויסצולעבן. אין דעם פּעריאָד, וואָס דער מחבר שילדערט אין זײַן בוך, איז דער מצבֿ געוואָרן אַנדערש. די ייִדישע קהילה איז זיך צעלאָפֿן אין אַנדערע געגנטן.
„ביסט פֿון אַן אַלטער שטאָט — מאַך אַ נײַע שטאָט‟, פֿלעגט זײַן באָבע זאָגן אויף ייִדיש. יאַנג דערמאָנט אין זײַן עסיי, ווי די באַרימטע אַקטריסע טאַטום אָ׳ניל האָט זיך אַרײַנגעצויגן אינעם היסטאָרישן בנין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, וועלכער איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ וווין-הויז. דער מחבר דערציילט וועגן זײַנע וואַנדערונגען איבער די ניו-יאָרקער געגנטן. נישט אַלע ערטער זענען פֿאַרבונדן מיט פֿריילעכע מעשׂיות. דאָס ייִנגל מיטן נאָמען ראָבערט, וואָס פֿלעגט שלאָגן יאַנגן אין זײַנע קינדער-יאָרן, איז שפּעטער דערשטאָכן געוואָרן אויף טויט מיט אַ מעסער אין אַ טעלעפֿאָן-בודקע אויף איינער פֿון די נידער-מיזרחדיקע מאַנהעטענער גאַסן.
אויפֿן סמך פֿון ראָיאַל יאַנג (ייִט״אַ)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.