מיט אַ חודש צוריק, פֿון סוף יוני ביז אָנהייב יולי, איז אין דער שטאָט עקס-אַן-פּראָוואַנס — אָדער פּשוט עקס, ווי די אָרטיקע תּושבֿים רופֿן אָן זייער שטאָט — פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אַבֿרהמישן פֿאָרום‟ — אַן איניציאַטיוו פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־קריסטלעכן ראַט‟. דער הויפּט-צוועק פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען אַ קאָנסטרוקטיווער דיאַלאָג צווישן ייִדן, קריסטן און מוסולמענער. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן אויסגעקליבן דאָס דאָזיקע אָרט לזכר דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם היסטאָריקער זשול איסאַאַק — אַ וועלטלעכער ייִד פֿון עקס, וועלכער האָט משפּיע געווען אויף דעם פּויפּסט און אַנדערע קאַטוילישע טוער אָפּצושוואַכן דעם קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם.
עס קאָן זײַן, אַז אַזעלכע אונטערנעמונגען ברענגען צו געוויסע נוצלעכע רעזולטאַטן. עס האָט זיך אָבער געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די באַטייליקטע האָבן דווקא נישט געוואָלט באַטראַכט און ערנסט פֿאַרגלײַכן זייערע קולטורעל-גײַסטיקע טראַדיציעס. אַדרבה, מע האָט באַהאַנדלט פֿון אַ כּמו-וועלטלעכן קוקווינקל אַזעלכע טעמעס, ווי די פֿראַנצויזישע מלוכישע פּאָליטיק פֿון סעקולאַריזם אָדער „צי מאָדערנקייט קאָן אויסלעבן אָן רעליגיע‟. דערצו, קומען אָפֿט אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען אַזעלכע טוער, וואָס זענען אַליין ווייניק באַקאַנט מיט די טראַדיציעס, וועלכע זיי האָבן געזאָלט רעפּרעזענטירן. די קאָאָרדינאַטאָרין פֿון דער אונטערנעמונג, פֿראַנסעסקאַ פֿרייזער פֿון ענגלאַנד, האָט זיך פּאָזיטיוו אָפּגערופֿן וועגן די קאָנטראָווערסאַלע פֿראַנצויזישע געזעצן, וואָס פֿאַרווערן די שול-קינדער צו טראָגן אַ קאָפּ־צודעקעניש. ס׳איז גוט, דערקלערט פֿרייזער, אַז ייִדן אין פֿראַנקרײַך האָבן זיך געפֿילט אומבאַקוועם צו טראָגן אַ יאַרמלקע אויף דער גאַס אין די 1970ער יאָרן: //www.youtube.com/watch?v=FsLcxsoJm0Y
מיר דאַכט זיך, אַז כּדי אָפּצושאַצן אַ געוויסע קולטור און געפֿינען אַן אַלגעמיינע שפּראַך מיט אירע פֿאָרשטייער, מוז מען שטרעבן זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין איר געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע, קונסט און לשון. אין עקס, למשל, האָבן געוווינט אַ צאָל באַוווּסטע מענטשן, וועלכע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע אָדער אַנטפּלעקט אַ חידושדיקע געדאַנק-דימענסיע, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישקייט.
דער באַרימטער שרײַבער עמיל זאָלאַ, אַ געבוירענער אין עקס, האָט אינעם יאָר 1898 פּובליקירט אין אַ צײַטונג זײַן שאַרפֿן בריוו לטובֿת אַלפֿרעד דרײַפֿוסן, וווּ ער האָט באַשולדיקט די פֿראַנצויזישע רעגירונג אין אַנטיסעמיטיזם. זאָלאַס טעטיקייט האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ בריק צווישן ייִדן און פֿראַנצויזישע אינטעלעקטואַלן. דער גרויסער מאָלער פּאָל סעזאַן, וועלכער האָט פֿאַראייביקט די עקסער לאַנדשאַפֿטן, האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע קולטורעלע פֿאַרבינדונג מיט זײַן קאָלעגע קאַמיל פּיסאַראָ, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון די ספֿרדישע אַנוסים. ביידע האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער געפֿיל פֿון גלות-וואַנדערונג. אַ טייל קונסט-קריטיקער באַמערקן, אַז סעזאַנס ווערק טראָגן צוליב דעם אַ געוויסן ייִדישן טעם.
די ייִדישע קהילה איז עקס („אייגש‟ אין די אַלטע העברעיִשע דאָקומענטן), אַ שטעטל אינעם גאָר שיינעם ראַיאָן פֿון דרום-פֿראַנקרײַך, צווישן דעם ים און די אַלפּן, האָט שוין עקזיסטירט אינעם 13טן יאָרהונדערט; הײַנט איז אין דער שטאָט פֿאַראַן אַ נישקשהדיקע ייִדישע קהילה מיט אַ פּאָר שילן.
אינעם 15טן יאָרהונדערט האָבן אין דער שטאָט אויסגעבראָכן בלוטיקע פּאָגראָמען קעגן ייִדן; שפּעטער זענען זיי פֿאַרטריבן געוואָרן. ווען מע רעדט וועגן דעם צווישן-רעליגיעזן דיאַלאָג, איז אָבער כּדאַי זיך אויך צו דערמאָנען, אַז עקס, און פּראָוואַנס בכלל, איז געווען דער צענטער פֿון די דעבאַטן אַרום דעם רמב״ם.
די ייִדן אינעם מיטל-עלטערלעכן פּראָוואַנס האָבן אויסגעאַרבעט אַן אייגענעם מין ייִדישקייט, וווּ דעם רמב״מס פֿילאָסאָפֿיע האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע. איינער פֿון די גרעסטע פּראָוואַנסאַלער „רמב״מיסטן‟ איז געווען מנחם מאירי, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַנע טיפֿע אוניווערסאַליסטישע געדאַנקען. מאירי האָט געהאַלטן, אַז קריסטן, מוסולמענער און אַנדערע מענטשן פֿון עטישע רעליגיעס זענען אַ טייל פֿונעם גײַסטיקן כּלל-ישׂראל — ברידער פֿון ייִדן. אַלע נעגאַטיווע גמרא-אויסדרוקן קעגן גויים ווענדן זיך בלויז צו געוויסע אוראַלטע פֿעלקער. נאָכמער, זענען עטישע גלייביקע מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס, לויט מאירי, אַ טייל פֿונעם אויסדערוויילטן „פֿאָלק‟.
מאירי, וועלכער בלײַבט באַקאַנט ווי איינער פֿון די גרעסטע ראשונים, איז געבוירן געוואָרן אין פּערפּיניאַן, בערך 230 קילאָמעטער פֿון עקס, אינעם יאָר 1249. אַזאַ פֿיגור האָט דווקא געקאָנט דינען ווי אַ סימבאָל פֿון אַן ערנסטן צווישן-רעליגיעזן דיאַלאָג. מיט היפּשע 700 יאָר צוריק האָט ער שוין אויסגעאַרבעט אַ טיפֿע טעאָלאָגיע פֿון פּלוראַליזם. געוויסע מוסולמענישע דענקער פֿון יענער תּקופֿה האָבן אויך אויסגעדריקט ענלעכע אידעען; להיפּוך, צווישן די מיטל-עלטערלעכע קאַטויליקער זענען אַנטיסעמיטישע געפֿילן געווען דעמאָלט ממש אַן אַקסיאָם, אַן עיקר-אמונה.
אינעם יאָר 1807, האָט נאַפּאָלעאָן צונויפֿגערופֿן אַן אייגענעם „סנהדרין‟ און געפֿרעגט אַ צאָל קשיות בײַ ייִדן. די באַטייליקטע, אַרײַנגערעכנט אַ ריי חשובֿע באַקאַנטע רבנים, בראָש מיט הרבֿ דוד זינצהיים פֿון שטראַסבורג, האָבן אַרויסגעזאָגט דעות וועגן מענטשלעכער ברידערשאַפֿט, וועלכע קלינגען ווי אַ המשך — מעגלעך, אַ דירעקטער — פֿון מאיריס פּראָוואַנסאַלישן נוסח ייִדישקייט.
די מיטל-עלטערלעכע פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן איבערגעלאָזט אַ גרויסע ירושה אין דער אַשכּנזישער ייִדישקייט. אַזעלכע היימישע ייִדישע ווערטער, ווי „לייענען‟, „טשאָלנט‟ און „בענטשן‟, שטאַמען פֿון אַלט-פֿראַנצויזיש אָדער אַלט-איטאַליעניש. נאָך אַ וויכטיקער שיכט — אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע פֿראַנצויזיש-שטאַמיקע נעמען, למשל: בונעם, יענטע, ביילע, זלמן און שניאור (פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „סיניאָר‟).
אַלע חדר-ייִנגלעך לערנען הײַנט רש״יס פּירושים, וועלכע זענען פֿול מיט אַלט-פֿראַנצויזישע ווערטער. אַ סך קלאַסישע ספֿרים, וועלכע זענען אָנגענומען געוואָרן, דער עיקר, דווקא צווישן די אַשכּנזים, זענען אָנגעשריבן געוואָרן אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך, ווײַל די מיטל-עלטערלעכע אַשכּנזישע און צפֿון-פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט כּמעט די זעלבע קולטורעלע גרופּע, הגם זיי האָבן גערעדט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
אינעם יאָר 1897, האָט דער היסטאָריקער הײַנריך גראָס אַרויסגעגעבן זײַן מאָנאָגראַפֿיע „Gallia Judaica‟ („די ייִדישע גאַליע‟), וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון הונדערטער פֿראַנצויזישע שטעט און דערפֿלעך. ייִדן האָבן געוווינט אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער פֿראַנקרײַך מיט 2,000 יאָר צוריק. אין אַ טייל פֿאַלן, זענען זיי אָנגעקומען פֿון אַנדערע ערטער, אָדער האָבן „ווערבירט‟ די אָרטיקע גרים — אַ לעבעדיקער בײַשפּיל פֿון צווישן-רעליגיעזער באַציִונג.
געוויסע פֿראַגעס אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך זענען אויף אַ טשיקאַוון אופֿן פֿאַרבונדן מיט צווישן-רעליגיעזע קאָנטאַקטן. די עלטערע פֿאָרעם פֿונעם וואָרט „באַלעמער‟ איז „אַלמעמער‟. מאַקס ווײַנרײַך האָט זיך משער געווען, אַז דער דאָזיקער באַגריף שטאַמט פֿון פֿראַנצויזיש. אַ צאָל אַנדערע פֿאָרשער באַמערקן אָבער, אַז אַ סך לאָגישער איז צו פֿאַרבינדן דעם ייִדישן „אַלמעמער‟ צום אַראַבישן „אַל-מינבאַר‟ — דער באַלעמער אין אַ מעטשעט. ס׳זעט אויס, אַז די ייִדן האָבן איבערגענומען דאָס דאָזיקע וואָרט פֿון די מוסולמענער. בײַ די בוכאַרישע אָדער בײַ די מאַראָקאַנער ייִדן זענען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע פֿאַלן, אָבער ווי אַזוי האָט אַזאַ באַגריף זיך דערקײַקלט צום מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן שטעטל?
אַן אַנדער מיסטעריעז וואָרט איז „דאַוונען‟. די מערבֿדיקע ייִדיש-רעדער פֿלעגן אָנרופֿן זייערע תּפֿילות „אָרן‟ — פֿון דער אַלט-פֿראַנצויזישער קריסטלעכער טערמינאָלאָגיע. שלמה בירנבוים האָט באַטראַכט אַ סבֿרא, לויט וועלכער „דאַוונען‟ שטאַמט, מעגלעך, פֿון איסלאַמיש-אַראַבישע שרשים. דערווײַל האָבן אָבער די פֿאָרשער פֿון ייִדיש נישט געלייזט דעם סוד פֿונעם דאָזיקן ווערב.
רעאַלע מענטשלעכע קולטורן פֿירן כּסדר פֿאַרשיידענע צווישן־רעליגיעזע דיאַלאָגן, וועלכע ברענגען צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן און באַגײַסטערן זייער קולטור. אַזעלכע דיאַלאָגן קומען אָבער פֿאָר אין שטוב און אויף דער גאַס, בעת נאַטירלעכע מענטשלעכע באַציִונגען, און נישט בעת אויבערפֿלאַכיקע דיסקוסיעס אין קאָנפֿערענץ-זאַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.