אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם, וווּ אַ רבֿ און דער צוקונפֿטדיקער פּויפּסט פֿראַנציס פֿירן אַ שמועס, איז דינסטיק אויף דער נאַכט באַערט געוואָרן מיט אַ פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטין פֿיעראָ — דער אַרגענטינער נוסח פֿון די אַמעריקאַנער „עמי־פּרעמיעס‟.
די אויסטיילונג פֿון די „פֿיעראָ־פּרעמיעס‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „קאָלאָן־טעאַטער‟ אין בוענאָס־אײַרעס, איז די חשובֿסטע געשעעניש אין דער וועלט פֿון אַרגענטינער פֿאַרווײַלונג.
די פּראָגראַם, „די ביבל: אַ באַרעכטיקטער דיאַלאָג‟ פֿלעגט אָנגעפֿירט ווערן דורכן געוועזענעם קאַרדינאַל, האָרגע בערגאָגליאָ, וועלכער איז הײַנט באַקאַנט ווי דער פּויפּסט פֿראַנציס; הרבֿ אַבֿרהם סקאָרקאַ, און אַ פּראָטעסטאַנטישער טעאָלאָג און מיניסטער, מאַרסעלאָ פֿיגעראָאַ.
בעת דער צערעמאָניע האָט מען געוויזן אַ ווידעאָ פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציס, וווּ ער באַדאַנקט זײַן פּראָדוקציע־מאַנשאַפֿט. „איר האָט אַלע שווער געהאָרעוועט און גוט פֿאַרדינט דעם פּריז, זאָל גאָט אײַך בענטשן.‟
לויט אַ באַריכט אין דער Buenos Aires Herald, האָט פֿיגעראָאַ אָנגענומען דעם פּריז אין נאָמען פֿון אַלע דרײַ גײַסטיקע פֿירער, אָבער האָט דערנאָך אָפּגעהאַלטן „אַן אַבסורדיש־אויסגעצויגענע רעדע‟. ווען הרבֿ סקאָרקאַ האָט אויך געפּרוּווט זאָגן אַ פּאָר ווערטער, האָט דער קאָנפֿערענסיע אים איבערגעריסן, אַרויסרופֿנדיק פּראָטעסט־רופֿן בײַם עולם.
צווישן די אַנדערע ייִדישע געווינער פֿון די „פֿיעראָ־פּרעמיעס‟ איז געווען אַ ישׂראלדיקע סעריע, „בטיפּול‟ [מעדיצינישע באַהאַנדלונג], וואָס איז געוויזן געוואָרן אויף דער אַרגענטינער עפֿנטלעכער טעלעוויזיע. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם האָט געוווּנען אַ „פֿיעראָ‟. די פּראָגראַם, וועגן דעם לעבן פֿון אַ ישׂראלדיקן פּסיכאָלאָג, איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון אַ ישׂראלי, חגי לוי, און פּראָדוצירט געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס דורך אַן אַרגענטינער ישׂראלי, יעיר דורי.
אַנדערע ייִדישע „פֿיעראָ‟ געווינער זענען געווען: דער אָרטיקער ייִדישער אַרטיסט דיעגאָ קאָראָל, פֿאַר זײַן הומאָריסטישער פּראָגראַם, Sin Codifar [סכּנה: מע טאָר דאָ נישט שיפֿרירן], און דער אורוגווײַער אַקטיאָר דניאל הענדלער פֿאַרן בעסטן אַקטיאָר.
בערך 4 מיליאָן מענטשן האָבן זיך צוגעקוקט צו דער צערעמאָניע אויף דער טעלעוויזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.