„די זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ אין שטראַסבורג האָט זיך נאָר וואָס געענדיקט. די זומערקורסן אין שטראַסבורג עקזיסטירן שוין זינט 1998. זיי קומען פֿאָר יעדע דרײַ יאָר און ווערן אָרגאַניזירט דורך די מיטאַרבעטער פֿונעם „לופֿטעאַטער‟, וואָס איז טאַקע באַזירט אין דער שטאָט.
הײַיאָר זענען געקומען אַ סך מער מענטשן ווי געוויינטלעך, אַזוי, אַז מע האָט אין דער לעצטער מינוט צוגעגעבן נאָך אַ קלאַס; מע האָט צעטיילט די מיטנדיקע מדרגה אויף צוויי פֿאַרשיידענע ניוואָען. די תּלמידים זענען, ווי אַלע מאָל, געקומען פֿון דער גאָרער וועלט. די אָרגאַניזיטאָרן האָבן געקענט אויסטיילן סטיפּענדיעס פֿאַר נישט ווינציק יונגע סטודענטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. און אַ דאַנק דעם, זענען געקומען אינטערעסאַנטע און טאַלאַניטירטע יונגע־לײַט פֿון פּוילן, רוסלאַנד און אוקראַיִנע. די אַנדערע תּלמידים זענען געקומען פֿון דער שווײץ, עסטרײַך, שפּאַניע, אויסטראַליע, ישׂראל, בעלגיע, דײַטשלאַנד, אַמעריקע, און אַוודאי, אויך פֿון פֿראַנקרײַך. בסך־הכּל, האָבן זיך פֿאַרשריבן 40 מענטשן.
אַזוי ווי די פּראָגראַם גייט אָן צוויי וואָכן און הייבט זיך אָן רעלאַטיוו שפּעט אין זומער, קומען אַלע מאָל אַלעכע באַהאַוונטע ייִדיש־סטודענטן וואָס האָבן פֿריִער אין יוני אָדער ילוי זיך באַטייליקט אין עפּעס אַן אַנדער פּראָגראַם, למשל, אין וואַרשע אָדער אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס מיינט, אַז די אַוואַנסירטע מדרגה איז געווען פֿון זייער אַ הויכן ניוואָ. דערצו האָט זיי געלערנט די אויסערגעוויינטלעכע לערערקע קאַראָלינע שעמאַניאַק, וואָס האָט צוגעגרייט אַ רײַכן אויסקלײַב פֿון טעקסטן וועגן און פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איר קלאַס האָט זיך פֿאַרנומען מיט אויטאָביאָגראַפֿיעס, מעמואַרן און אַנדערע אויטאָביאָגראַפֿישע טעקסטן, פֿון ייִדישע מחברטעס, און זיך געשטעלט די פֿראַגע — וואָס איז דער חילוק צווישן די פֿאַרשיידענע מינים טעקסטן — פֿון גליקל האַמעל און וויטער —אַ רײַזע איבער די פֿאַרשיידענע תּקופֿות און טעמעס. לייענענדיק די באַקאַנטע שרײַבערינס ווי, למשל, אסתּר קרייטמאַן און בעלאַ שאַגאַל, און ווינציקער באַקאַנטע, ווי שירה גאָרשמאַן.
די אַנדערע לערערס זענען געווען אַניק פּרים־מאַרגוליס, וואָס לערנט לאַנגע יאָרן אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, איך אַליין, און רפֿאל גאָלדוואַסער, וואָס איז, דער עיקר, באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט ווי אַ טאַלאַנטירטער אַקטיאָר; אָבער איז אויך אַן אמתער ייִדיש־קענער, און אַחוץ דעם אויך אַ כּלל־טוער, און איינער פֿון די הויפּט־אָרגאַניזיטאָרן פֿונעם קורס.
די געשיכטע פֿון די ייִדן אין עלזאַס איז אַ לאַנגע און אַן אייגנאַרטיקע. און דער קורס איז אַלע מאָל אַ געלעגנהייט פֿאַר די סטודענטן זיך צו באַקענען מיט איר. ייִדן זענען מן־הסתּם געקומען קיין עלזאַס מיט די רוימער. דאָס הייסט, מיט אַן ערך 1500 יאָר צוריק. נאָך דער שוואַרצער מגפֿה אינעם 14טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן נישט געטאָרט מער וווינען אין די שטעט גופֿא, און האָבן זיך אַריבערצויגן אין די דערפֿער. אַזוי אַרום האָט זיך אַנטוויקלט אין עלזאָס אַ ייִדישע דאָרף־קולטור, וואָס איז באמת אַ זעלטענער פֿענאָמען. די ייִדן האָבן זיך פֿאַרנומען, דער עיקר, מיט בהמות־האַנדל און אויך געבאָרגט געלט אויף פּראָצענט. ביזן הײַנטיקן טאָג קען מען געפֿינען אין אַ סך דערפֿער אַלטע שילן, בית־עולמס, מיקוות אאַ״וו.
אין עלזאַס האָט זיך אַויך אַנטוויקלט אַ באַזונדערער דיאַלעקט פֿון מערבֿ־ייִדיש, וואָס האָט באַאײַנפֿלוסט דעם אָרטיקן דיאַלעקט, דעם עלזאַסיש. אין 19טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן פֿאַרלאָזן די דערפֿער און זיך באַזעצט אין די שטעט. איצטערט וווינען כּמעט אַלע ייִדן אין שטראַסבורג.
שטראַסבורג איז אויך אַ צענטער פֿונעם „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟. די גרויסע בנינים פֿון די אייראָפּעיִשע אינסטיטוציעס מאַכן אַ רושם, און די אַטמאָספֿער אין שטאָט איז צוליב דעם זייער אַן אינטערעסאַנטע; אי אַ ביסל קליין־שטעטלדיק, ווײַל ס‘יאיז פֿאָרט נישט קיין גרויס אָרט, אי גאָר אינטערנאַציאָנאַל.
ווי אַלע מאָל האָבן די תּלמידים זיך אויך געקענט באַטייליקן אין קולטור־וואַרשטאַטן נאָך־מיטאָג, נאָך די לעקציעס. חיהלע דאָמערג־זילבערבערג האָט אָנגעפֿירט מיט אַ טאַנץ־וואַרשטאַט, וווּ עס האָבן באַגלייט די טענצער אמתע קלעזמאָרים. צום סוף פֿונעם קורס איז מען געגאַנגען טאַנצן אין פּאַרק לעבן דער גרויסער שיל פֿון שטאָט. אַ סך מענטשן זענען צוגעקומען — געטאַנצט אָדער סתּם געקוקט. אַ חוץ דעם, זענען געווען צוויי באַזונדערע געזאַנג־וואַרשטאַטן, איינער אָנגעפֿירט פֿון אַסטריד רוף, וואָס האָט צוגעגרייט אַ שיינעם אויסקלײַב פֿון רעוואָלוציאָנערע לידער. מיטן צווייטן האָט אָנגעפֿירט פּאָלינאַ בעלילאָווסקי. דאָרטן האָט מען געזונגען מער קלאַסישע באַקאַנטע ייִדישע לידער.
זייער אַן אינטערעסאַנטער מאָמענט אין דער פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען בײַ אַ קינאָ־קאָנצערט־פּראָיעקציע. אַ פּאָר פֿון די תּלמידים פֿון קורס וואָס זענען אויך זייער גוטע קלעזמאָרים, האָבן צוגעגרייט אַ מוזיקאַלישע באַגלייטונג צום שטום־פֿילם „ייִדישע גליקן‟. ס‘איז געווען אַ רירנדיקער און לעבעדיקער מאָמענט פֿון שאַפֿערישיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.