מאָנטיק, דעם 5טן אויגוסט, האָט משה פֿייגלין, אַ כּנסת-דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „ליכּוד‟, שאַרף קריטיקירט דאָס אײַנפֿירן ביאָמעטרישע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט-קאַרטלעך („תּעודת זהות‟) אין ישׂראל. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע פּאַפּירענע דאָקומענטן, שטעקט אין אַ ביאָמעטריש קאַרטל אַ קליינער עלעקטראָנישער מכשיר מיט אַ פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע וועגן מענטשן, וואָס ווערט געזאַמלט אין אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער-באַזע. דער אינערן־מיניסטער, גדעון סער, אויך אַ מיטגליד פֿון „ליכּוד‟, האָט געלויבט די נײַע קאַרטלעך און באַמערקט, אַז ס׳איז כּמעט אוממעגלעך זיי צו פֿעלשן. די נײַע שיטה, האָט דערקלערט סער, וועט מאַכן אַ סוף צו דער אידענטיטעט-פֿעלשערײַ אינעם לאַנד.
פֿייגלין האָט אָבער באַטאָנט, אין זײַן אינטערוויו דעם רעכטן „זיבעטן קאַנאַל‟, אַז מענטשן דאַרפֿן מער מורא האָבן פֿונעם טאָטאַלן רעגירונג-קאָנטראָל, ווי פֿון געגנבֿעטע אָדער פֿאַלשע דאָקומענטן. דער דעפּוטאָט האָט צוגעגעבן, אַז ער פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע אָפּאָזיציע-גרופּע קעגן די ביאָמעטרישע קאַרטלעך, וווּ עס וועלן זיך באַטייליקן סײַ אַזעלכע רעכטע פּאָליטיקער, ווי ער, סײַ אַזעלכע לינקע, ווי דובֿ כאַנין פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי „חד״ש‟.
כאַנין איז נאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געשטאַנען אין שפּיץ פֿונעם קאַמף דעם פּלאַן אײַנצופֿירן די ביאָמעטרישע דאָקומענטן און האָט באַטאָנט, אויב עמעצן וועט זיך אײַנגעבן צו קריגן די אינפֿאָרמאַציע פֿונעם עלעקטראָנישן פּאַספּאָרט-אַרכיוו, קאָן עס ברענגען צו אַ באַזונדערס גרעסערער סכּנה. די דעפּוטאַטין שעלי יאַכימאָוויטש, די פֿירערין פֿון דער אַרבעט-פּאַרטיי „עבֿודה‟, האָט אויך געשטימט נעגאַטיוו קעגן דער נײַער שיטה.
מיט אַ חודש צוריק, האָט דער אינערן־מיניסטעריום אײַנגעפֿירט די ערשטע סעריע פֿון ביאָמעטרישע דאָקומענטן, אָנהייבנדיק פֿון ראשון-לציון און אַשדוד. ביז סוף אויגוסט פּלאַנירט מען זיי צו פֿאַרשפּרייטן איבערן גאַנצן לאַנד. די פּראָגראַם האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע קאָנטראָווערסיע; דעם 8טן יולי, ווען מע האָט אײַנגעפֿירט די ביאָמעטרישע קאַרטלעך, האָט די ייִט״אַ מיטגעטיילט, אַז אַ ריי אָרגאַניזאַציעס האָבן אָנגעהויבן אַ געריכט-קאַמף קעגן דעם, טענהדיק, אַז די נײַע אידענטיטעט-דאָקומענטן קומען אין סתּירה מיט די בירגער-רעכט. דעם 9טן יולי, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז הונדערטער ישׂראלים האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו באַקומען די נײַע קאַרטלעך, און אויסגעקליבן די קלאַסישע, נישט-עלעקטראָנישע „תּעודת זהות‟.
אַ טייל לענדער — צום בײַשפּיל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, לאָזן די אויסלענדער אַרײַן בלויז מיט ביאָמעטרישע פּאַספּאָרטן. ישׂראלים באַקומען שוין לאַנג אַזעלכע דאָקומענטן, ווען זיי ווילן באַזוכן אַן אַנדער לאַנד. דאָס אינערלעכע נאַציאָנאַלע קאַרטל, וואָס יעדער ישׂראלדיקער בירגער מוז עס האָבן, האָט ביז הײַנט געהאַט אַ פּשוטן פֿאָרמאַט. דערווײַל האָבן 10,000 ישׂראלים שוין באַקומען דעם עלעקטראָנישן אידענטיפֿיקאַציע־דאָקומענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.