נאָך דעם צווייטן וועלט-קריג האָט זיך אַ נײַער סאָרט הומאַניזם אָנגעהויבן אויספּיקן, אין אָנהייב אין די אינטעלעקטואַלע סאַלאָנען, דערנאָך אין די ביכער, און לסוף — געשלאָגן וואָרצלען אין דער אַלגעמיינער מערבֿדיקער קולטור.
דער נײַער הומאַניזם האָט מוסיף געווען אויף דער לערע פֿון האָבס און לאָק מיט אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט: אַצינד איז נישט גענוג צו פֿאַרזיכערן די דרײַ גרונטלעכע רעכט פֿון אַ מענטשן: לעבן, פֿרײַהייט און האָב-און-גוטס. הײַנט ווערט געפֿאָדערט פֿון דעם מענטשלעכן מין עפּעס גאָר שווערס; אַזוינס, וואָס באַרירט די טיפֿע שיכטן פֿון דעם מענטשלעכן גײַסט. עס ווערט געפֿאָדערט פֿון אַ מענטשן, ער זאָל אַוועקוואַרפֿן די פֿאָראורטיילן וואָס הערשן בײַ אונדז, דאַכט זיך, פֿון ששת-ימי-בראשית אָן, וועגן יעדער נאַציע, רעליגיע און „ראַסע‟.
דער פּרוּוו צו דערשטיקן די אינערלעכע נייגונג פֿון דעם מענטש, וואָס האַלט, אַז ער איז טאַקע בעסער, אָן אַ פֿאַרוואָס, פֿון אַ פֿרעמדן, און דערצו צו קוקן אויף אים מיט פֿאַראַכטונג און מורא, איז אַ שיינער אידעאַל, וואָס צומאָל זעט עס אויס, ווי אַ דאָן-קיכאָטישע מלחמה
ווי קענען מענטשן פֿאַרגלעטן די סתּירות, די רײַבונג צווישן דעם אידעאַל און דעם אינערלעכן דראַנג?
ווי אין דעם פֿאַל פֿון דערשטיקטע געפֿילן אָדער, בעסער געזאָגט, ווידערגעפֿילן האָבן זיי אַ נטיה אויפֿצושווימען, בײַ דער ערשטער געלעגנהייט. לאָמיר באַטראַכטן צוויי אַספּעקטן פֿון דער דערשײַנונג — איינע אין ישׂראל און די צווייטע אין מערבֿ-לים, אין אַמעריקע.
ישׂראל, למשל, שנײַדט זיך תּמיד צו ווערן אַ שטיקל מערבֿ-וועלט; און אויב נישט אַלע ישׂראלים זענען איינשטימיק מיט דעם קיישל פֿון די מערבֿדיקע ווערטן, האַלט זיך כאָטש די ישׂראלדיקע „עליטע‟ פֿאַר ציוויליזירטע לײַט, דאָס הייסט — מערבֿדיקע ליבעראַלן. וואָס קען מען טאָן, אַז דער ישׂראלדיקער ליבעראַליזם איז, נעבעך, גאָר ווײַט פֿון דעם, וואָס סע מיינט טאַקע ליבעראַליזם.
צוריקגערעדט, זענען די חלוצים, די גרינדער פֿון דער מדינה, געווען פֿעיִקע מענטשן, גרויסע טרוימער, גרויסע אידעאַליסטן און קליינע ליבעראַלן. דער סאָציאַליזם פֿון מפּא”ייִשן נוסח האָט געהערשט יאָרן לאַנג איבערן לאַנג. ער האָט מער אָדער ווייניקער טאָלערירט פֿאַרשיידענע גרופּעס, אָבער צווישן דעם טאָלערירן און אָפּגעבן כּבֿוד, אָדער קוקן אויף זיי ווי גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער, איז, דאָך, אַ שטיקל מהלך.
אײַנזעענדיק, אַז עס איז, פֿאַקטיש, אוממעגלעך צו פֿאַרזיכערן אַ טאָטאַלע טאָלעראַנץ, איז דער ישׂראלדיקער ליבעראַליזם געפֿאַלן אויף אַ המצאה: ליבעראַליזם, נאָר פֿאַר געוויסע גרופּעס. די באַציִונג פֿון דער מעדיאַ צו דער שטענדיקער רײַבונג צווישן די אַראַבער און ייִדן שיידט זיך אונטער אויפֿן ערשטן בליק, אָבער דרוקט אויס אַ דערשטיקטע מורא.
אַז עס גייט די רייד אין „ynet‟ אָדער „האָרץ‟ וועגן די „אינצידענטן מיט אַ נאַציאָנאַליסטישן הינטערגרונט‟, דאָס הייסט, אַראַבישע אַטאַקעס אויף ייִדן, ווערט די פּאַסיווע פֿאָרעם ברייט גענוצט: „שטיינער זענען געוואָרפֿן געוואָרן אויף די פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אויטאָס‟, „ייִדן זענען אַטאַקירט געוואָרן‟ וכדומה.
קליינע אינצידענטן ווערן לחלוטין נישט דערמאָנט.
אַז עס גייט די רייד וועגן די ייִדן וואָס פֿאַלן אָן אויף די אַראַבער, ווערט פֿאַרשוווּנדן די פּאַסיווע שפּראַך, און די „נאַציע פֿון די כוליגאַנען‟ שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע.
די צייכענונגען אויף די ווענט פֿון מעטשעטן און הײַזער אין די אַראַבישע דערפֿער ווערט באַצייכנט ווי „ייִדישער טעראָר‟. דער פּרעזידענט און דער פּרעמיער געפֿינען צײַט אַרויסצוטרעטן שאַרף קעגן דער „שעדלעכער דערשײַנונג‟.
איך, פּערזענלעך, וואָלט קיין מאָל נישט געטאָן אַזאַ זאַך; זיכער נישט אין די אַראַבישע ייִשובֿים. איך שטעל זיך קעגן יעדן געוואַלד-טאַט, אָבער אָנרופֿן אַזוינע נאַרישקייטן „טעראָר‟? דאָ כאַפּט מען שוין איבער די מאָס!
ווי איך פֿאַרשטיי דאָס, דערמאָנט מען נישט די אַראַבער צוליב מורא. מע האַלט זיך בײַם אַלטן כּלל „אַז מע רעדט נישט וועגן דעם — עקזיסטירט דאָס נישט‟.
וואָס שײַך די גאָר געציילטע נאַראָנים וואָס פּאַטשקען אויף די ווענט, נעמט מען דערמיט אָן די שטעלונג פֿון דער פּאַלעסטינער פּראָפּאַגאַנדע, אַז די ישׂראלים זענען די אונטערדריקערס און זיי, די אַראַבער, זענען די קרבנות; און אַז מע קען נאָך דערצו אַרויפֿלייגן די שולד אויף יענעמס פּלייצעס — איז אַוודאי גוט.
אָבער לאָמיר אָפּלאָזן דעם בן-מלך און אַריבערגיין צו דער בת-מלכּה — צו אַמעריקע.
אין אַמעריקע, וווּ דער אַנטיסעמיטיזם איז אַן אומגעבעטענער גאַסט, איז דערשינען אַזאַ אַנטיסעמיטישער קריפּל ווי „דער ישׂראָל־לאָבי און די אַמעריקאַנישע אויסערן-פּאָליטיק‟ — אַ בוך וואָס לייענט זיך ווי אַ יורש פֿון „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟. דאָס אַרויסגעבן פֿונעם בוך דאַרף נישט אַרויסרופֿן קיין פֿאַרוווּנדערונג פֿאַר אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט אַרויסצוזאָגן די אייגענע מיינונג, ווי פֿאַרדרייט זי זאָל נישט זײַן, ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ הייליקייט.
וואָס חידושט יאָ, איז וואָס דער אַמעריקאַנער עולם האָט צעכאַפּט די ביכעלעך ווי הייסע בולקעס. ענדלעך, האָבן זיי הנאה צו הערן מיינונגען, וועלכע זענען ענלעך צו זייערע אייגענע פֿאַרבאָרגענע געדאַנקען. אַ סך האָליוווּדער פֿילמען שפּילן אַ ליבע מיט אַנטיסעמיטישע שטימונגען. וווּדי אַלען און בען סטילער האָבן געמאַכט, דאָך, אַ שיינע קאַריערע פֿון דעם ייִד, דעם נעבעכל, דעם לא-יוצלח. די ייִדישע מענער ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי שוואַכע פּערסאָנאַזשן, חמור-אייזלעך מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע פּרינציפּן.
מע קען, לכאורה, אַוועקמאַכן די פֿילמען מיט דער האַנט. עס ווילט זיך זאָגן: „עט, נאָר אַ פֿילם, וועמען גייט עס אָן‟. נאָר מע דאַרף האָבן אין זינען, אַז די הײַנטיקע פֿילמען זענען ווי די אַמאָליקע פֿאָלקס-מעשׂיות; זיי שאַפֿן דעם וועלט-באַנעם, מישטיינס געזאָגט, בײַם קומענדיקן דור. ס‘איז שוין אײַנגעפֿירט געוואָרן, אַז די ייִדן קענען דינען ווי אַ ציל פֿאַר די נעגאַטיווע, קסענאָפֿאָבישע געפֿילן פֿון דעם אַמעריקאַנער עולם.
אפֿשר איז טאַקע געקומען די צײַט, מע זאָל רעדן אָפֿן וועגן דעם פֿאָראורטייל, איידער מע זאָל זיך מאַכן כּלא-ידע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.