נישט לאַנג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון מדינת-ישׂראל, אין יאָר 1947, איז בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים געגרינדעט געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע מיטן שרײַענדיקן נאָמען „דער וועלט־פֿאַראיין פֿאַר ייִדישע לימודים‟ (האיגוד העולמי למדעי היהדות). אַ יאָר צענדליק שפּעטער, אין 1957, האָט אָט די אָרגאַניזאַציע אײַנגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ, וואָס קומט פֿאָר יעדע פֿיר יאָר אין ירושלים אין די ראַמען פֿון דעם „וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע לימודים‟.
הײַיאָר, צווישן דעם 28סטן ביזן ערשטן אויגוסט, איז פֿאָרגעקומען דער 16טער „וועלט־קאָנגרעס‟. מע האָט דאָרט געשלאָגן אַ רעקאָרד מיטן ריזיקן נומער פֿון 1,500 רעדנערס! מע האָט געהערט קלאַנגען פֿון דער גאָרער וועלט, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די קאָנפֿערענצן פֿון „ישׂראל־לימודים‟, וווּ מע מעג האַלטן רעפֿעראַטן נאָר אויף ענגליש (זע: עדי מהלאל, סעפּטעמבער 14, 2012), איז דער צוגאַנג דאָ אַ מער ליבעראַלער. האָט מע זיך געקאָנט הערן לעקציעס אויף: עבֿרית, ענגליש, שפּאַניש, לאַדינאָ, ייִדיש, און מער. (איך פֿאַרשטיי אויכעט, אַז אין דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿלעגט מען האָבן אַפֿילו מער רעדעס אויף ייִדיש).
נו, ביז איצט זעט אַלץ אויס ווי אַ שיינע מעשׂה פֿון הצלחות און נצחונות; אָבער נישט אַלץ קאָן מען, אייגנטלעך, באַפֿאַרבן מיט ראָזלעכע קאָלירן.
במשך פֿון דעם קאָנגרעס איז אָנגעגאַנגען די ידיעה אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע, אַז מע פּלאַנירט צו באַזײַטיקן נישט ווינציקער ווי איין הונדערט לעקטאָרןלערערס פֿון אַלע הומאַניסטישע אָפּטיילן בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟. אָן שום ספֿק, וועט עס זײַן אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר דער העכערער בילדונג-סיסטעם אין ישׂראל בכלל. די אַלע וואָס וועלן ווערן באַזײַטיקט, געהערן צו דעם וואַקסנדיקן סטאַטוס פֿון אַקאַדעמישע לערערס פֿון צווייטן און דריטן קלאַס, וואָס מעגן טעאָרעטיש אַרבעטן אַ דרײַסיק יאָר אין אַ געוויסן אוניווערסיטעט, אָן צו באַקומען חזקה און אַנדערע וויכטיקע אַרבעט-באַדינגונגען פֿאַר פֿאָרשערס, וואָס עס פֿלעגט באַקומען דער פֿריִערדיקער דור פּראָפֿערסאָרן.
איז גרינגער, פֿאַרשטייט זיך, פֿון אַזעלכע נישט-פּערמאַנענטע אַרבעטער פּטור צו ווערן. אויף עבֿרית רופֿט מען די דאָזיקע לערערס „סגל זוטר‟ (נידעריקער פּערסאָנאַל), אָבער אָן זיי, וועט מען דאַרפֿן בלית-ברירה אָפּשאַפֿן צענדליקער קורסן אין הומאַניסטישע לימודים. אויף דעם נעאָ-ליבעראַלן לשון הייסט עס „עפֿעקטיווקייט‟. איך וואָלט עס אײנפֿאַך אָנגערופֿן — „חזירײַ!
פּראָפֿעסאָר יוסף קאַפּלאַן, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַראיין‟, האָט זיך אויסגעדריקט אויף דער עפֿענונג-צערעמאָניע, אַז צוזאַמען מיט דער בליִונג אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישע לימודים, און מיט דער פֿרייד צו זען צווישן די באַטייליקטע אַ היפּש ביסל יונגע טאַלאַנטירטע פֿאָרשערס אויפֿן „קאָנגרעס‟, וועלן, לײדער, ווייניק פֿון אָט די יונגע געפֿינען ממשותדיקע אַקאַדעמישע שטעלעס. קאַפּלאַן האָט געבעטן, אַז אַלע אָנוועזנדיקע זאָלן אין איינעם אַ טראַכט טאָן וועגן דעם אין גאַנג פֿון דעם קאָנפֿערענץ.
אינעם לעצטן אָוונט פֿון דער קאָנפֿערענץ בין איך געווען אויף אַ סעסיע מיטן טיטל „סאָציאַלע גערעכטיקייט אין מאָדערנעם און הײַנטיקן ייִדישן געדאַנקען-גאַנג‟. פּראָפֿעסאָר דני גוטווײַן פֿון חיפֿהער אוניווערסיטעט, וואָס איז אַ טעטיקער פּאַרשוין אין אַ סך סאָציאַלע קאַמפֿן אין ישׂראל, און וואָס שטייט בראָש פֿון „דער גאָטטײַנער אינסטיטוציע צו דער געשיכטע פֿון בונד‟, האָט פֿאָרגעלייגט זײַן טעזע. גוטווײַן האַלט, אַז „ציוניזם‟, בפֿרט נוסח הערצל, באַטײַט, אייגנטלעך, „סאָציאַליזם‟. גוטווײַנס טעזע האָט אַרויסגערופֿן שאַרפֿע רעאַקציעס בײַם עולם, און האָט נישט איבערצײַגט אויך דעם שרײַבער פֿון אָט די שורות. בכלל, האָט די דאָזיקע סעסיע געטראָגן אַ באַגרענעצטן כאַראַקטער, און האָט דערמאָנט די נישט-ציוניסטישע ייִדישע פּראָגרעסיווע קרײַזן; אַחוץ יהוידע עמירס רעפֿעראַט וועגן הערמאַן כּהנס סאָציאַליסטיש-רעליגיעזן הומאַניזם. הערמאַן כּהן (1842-1918) איז געווען אַ חשובֿער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿונעם 19 י”ה און דורכויס אַן אַנטי-ציוניסט. עמיר האָט בײַם אָנהייב באַמערקט, אַז מע לייענט אין דער וואָך־פּרשה דעם פּסוק פֿון ספֿר דבֿרים: „כי לא יחדל אבֿיון מקרבֿ האָרץ‟ (קיינמאָל וועלן נישט אויפֿהערן צו זײַן אָרעמע־לײַט אין דעם לאַנד).
נאָך איין אינטערעסאַנטע סעסיע וואָס מיר איז אויסגעקומען צו זען, איז געווען וועגן „ייִדישן הומאָר‟, און די סעסיע וועגן די אָבֿות פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אויף דער צווייטער סעסיע האָט מען באַהאַנדלט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי נחום צמח (1887-1939), דער גרינדער פֿונעם העברעיִשן טעאַטער „הבימה‟ (לעקטאָרין: יעלענאַ טאַרטאַקאָווסקי); וועגן גאָלדפֿאַדען און מיכאָעלסן אויף אַ פֿאַרגלײַכיקן אופֿן (שׂרית קויפֿמאַן-שׂמחון און וואַסילי שעדערין), און וועגן עמנואל לופֿטגלאַס (1896-1958), איינער פֿון די ערשטע בינע-דיזײַנערס אין ארץ-ישׂראל (אורנה בן-מאיר).
אין דער ייִדיש-סעקציע פֿון דער קאָנפֿערעץ האָט מען נישט ווינציק צײַט געווידמעט דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור. מע האָט דאָרט דיסקוטירט במשך פֿון אַ פּאָר סעסיעס די שפּילמאַן־טעאָריע; מע האָט אָפֿט ציטירט חנא שמערוקן, גערעדט וועגן דעם פּראָדוקציע-פּראָצעס פֿון אַלטע ביכער, און נאָך און נאָך. אַלע טשיקאַווע זאַכן וואָס באַרירן און דערפֿרישן אַלטע טעמעס און אַלטע וויכּוחים. דאָס לעבן און ווערק פֿון מאַקס ווײַנרײַך האָט מען אויך אָפֿט באַהאַנדלט און דערמאָנט. אין סך-הכּל קען מען זאָגן, אַז נאָך פֿינף לאַנגע טעג זענען אַלע גרייט צו וואַרטן אויף דעם קומענדיקן „וועלט־קאָנגרעס‟, נאָך פֿיר יאָר און אַפֿילו נאָך מער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.