קאָרעע גנבֿ! דער אָנדראָטיקער אויטאָבוס

Korea‘s Electric Buses


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 13, 2013, issue of August 30, 2013.

ווען איך בין אויפֿגעוואַקסן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָב איך קיינמאָל נישט געחלומט צו האָבן אַן אייגענעם אויטאָ, ווײַל דער געזעלשאַפֿטלעכער טראַנספּאָרט האָט געאַרבעט זייער עפֿעקטיוו: אויטאָבוסן, טראַמווײַען, טראָלייבוסן, מעטראָ און „עלעקטריטשקעס‟ — די עלעקטרישע באַנען. די עלעקטריטשקעס זענען געפֿאָרן ווײַטער, איבער דער גאַנצער געגנט; די מעלה פֿונעם מעטראָ איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס אינמיטן דער שטאָט זענען די אונטערערדישע באַנען זיך געטראָגן גאָר גיך, יעדע פּאָר מינוט. אַ טראָלייבוס זעט אויס ווי אַן אויטאָבוס, אָבער האָט אויפֿן דאַך אַ מכשיר, וואָס ציט אַראָפּ די ענערגיע פֿון עלעקטרישע דראָטן, וואָס הענגען איבער די גאַסן.

דער סאָוועטישער עולם פֿלעגט זיך אָפֿט באַקלאָגן, ווען עפּעס איז געשען מיטן טראַנספּאָרט. איצט, נאָכן וווינען גענוג לאַנג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זע איך, אַז די סאָוועטישע סיסטעם האָט געהאַט אַ סך מעלות. אַחוץ דער גוטער אָרגאַניזאַציע פֿונעם טראַנספּאָרט, ווערט געלייזט, אויף אַ געוויסער מאָס, די פּראָבלעם מיטן שעדלעכן בענזין-ברענשטאָף.

אַ חסרון פֿונעם עלעקטרישן טראַנספּאָרט באַשטייט אין דעם, וואָס ער מוז פֿאָלגן אַ געוויסן באַשטימטן מאַרשרוט און פֿאָדערט אַ דרויסנדיקן עלעקטרישן שטראָם. די הענגענדיקע דראָטן אויף דער גאַס קאָנען אויך פֿאַרשאַפֿן פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען. די עלעקטרישע אײַזנבאַנען זענען נאָך מער באַגרענעצט, און פֿאָדערן סײַ די רעלסן, סײַ אַן ענערגיע-קוואַל.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מע קאָן אויסשטאַטן דעם טראַנספּאָרט מיט אַקומולאַטאָרס — (אַזעלכע באַטאַרייען, וואָס מע קאָן אָנלאָדן פֿון ס׳נײַ). דערווײַל אָבער זענען נאָך נישטאָ אַזעלכע אַקומולאַטאָר-סיסטעמען, וואָס קאָנען זיך פֿאַרמעסטן מיט די בענזין-מאָטאָרן. דערפֿאַר בלײַבן די פּערזענלעכע עלעקטרישע אויטאָס ווייניק פּאָפּולער, הגם פֿאַרשיידענע פֿירמעס אַרום דער וועלט פּרוּוון זיי צו פֿאַרשפּרייטן.

דעם 6סטן אויגוסט, האָט זיך אין דרום-קאָרעע געעפֿנט אַ נײַע חידושדיקע סיסטעם פֿון עלעקטרישע אויטאָבוסן, וואָס פֿאָדערט נישט די באַטאַרייען און נישט קיין אָפֿענע דראָט-ליניעס. די ענערגיע ווערט גאַנץ עפֿעקטיוו, אויף 85 פּראָצענט, איבערגעשיקט אָן קאָנטאַקט דורך באַהאַלטענע דראָטן פֿון אונטער דער ערד. די חכמה שטעקט אין דער רעלאַטיוו הויכער פֿרעקווענץ פֿון דער סיסטעם, 20 קילאָהערץ, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרוואַנדלען אַן אויטאָבוס אין אַ מין באַוועגלעכן רעזאָנאַנס-טראַנספֿאָרמאַטאָר, וואָס שעפּט די נייטיקע ענערגיע, ביז 100 קילאָוואַט, צוליב דער עלעקטראָ-מאַגנעטישער אינדוקציע.

אויף וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטעלונגען ווערן אָפֿט געוויזן אַזוי-גערופֿענע טעסלאַ-שפּולן — ספּעציעלע טראַנספֿאָרמאַטאָרס, אויסגעפֿונען מיט איבער 100 יאָר צוריק דורך ניקאָלאַ טעסלאַ, דער באַרימטער סערביש-געבוירענער אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער. אַ געוויינטלעכער טראַנספֿאָרמאַטאָר פֿאָדערט אַ פֿעסטע מאַגנעטישע פֿאַרבינדונג צווישן די אָנגעוויקלטע דראָט־שפּולן. טעסלאַ האָט צוגעטראַכט אַ שיטה, ווי אַזוי מע קאָן גאַנץ עפֿעקטיוו איבערשיקן די ענערגיע דורך דער לופֿט, אָן מאַגנעטישע מאַטעריאַלן, אַ דאַנק דעם רעזאָנאַנס צווישן די שפּולן. ווי אַ רעזולטאַט, זעט מען, ווי פֿונעם שפּיל פֿונעם דאָזיקן מכשיר שיסן אין אַלע זײַטן גאַנצע בליצן פֿון מעכטיקע עלעקטרישע אָנלאָדן.

אַ טיפּישער טעסלאַ-טראַנספֿאָרמאַטאָר ניצט אויס די פֿרעקווענצן פֿון בערך דעם זעלבן דיאַפּאַזאָן, ווי די קאָרעיִשע אויטאָבוסן. די ערשטע עקספּערימענטאַלע אָנדראָטיקע אויטאָבוס-ליניע וועט פֿאָרן אויף אַ קרײַז-מאַרשרוט פֿון 24 קילאָמעטער (15 מײַל) אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון גומי — די צווייט-גרויסע שטאָט אין דרום-קאָרעע.

די דערמאָנטע טעסלאַ-טראַנספֿאָרמאַטאָרס ווערן כּסדר דעמאָנסטרירט אין קינדער-מוזייען, פּאַרקן און מוזיק-קאָנצערטן, ווײַל, הגם דער עפֿעקט פֿון אינדוקציע זעט אויס גאַנץ שרעקעדיק, קאָן ער נישט שאַטן אַ מענטש, אויב מע שטייט אַ ביסל ווײַט פֿונעם ענערגיע-קוואַל. דער שטראָם מיט אַ פֿרעקווענץ פֿון איבער 20 קילאָהערץ קאָן אָפּבריִען אַ מענטש, אויב ס׳איז גענוג שטאַרק, אָבער קאָן נישט שאָקירן. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אַזעלכע פֿרעקווענצן צו נידעריק צו קאָנצענטרירן זיך אויף דער הויט — אין פֿאַרגלײַך, למשל, מיט די מיקראָכוואַליעס אין אַן אויוון.

די קאָרעיִשע אינזשענירן האָבן באַשטעטיקט, אַז די אינדוקציע פֿון די אונטערערדישע אויטאָבוס-דראָטן איז נישט שעדלעך פֿאַרן מענטשלעכן גוף. דערצו, ווערן די דראָטן אָנגעצונדן בלויז ווען אַן אויטאָבוס דערנענטערט זיך צו זיי. מיט דער הילף פֿון גענוג קליינע אַקומולאַטאָרס, מוז אַזאַ אויטאָבוס נישט פֿאָלגן שטענדיק דעם באַשטימטן מאַרשרוט און קאָן אַרומפֿאָרן פֿרײַ איבער דער שטאָט, אויב ער פֿאָרט נישט צו ווײַט אַוועק פֿון דער אינדוקציע-ליניע.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ניקאָלאַ טעסלאַ, באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענע פֿוטוריסטישע פּלענער, האָט באַקומען אַ פּאַטענט פֿאַרן אָנדראָטיקן טראַמווײַ, אַן ענלעכן מין טראַנספּאָרט, נאָך אין 1894. אין פּרינציפּ, קאָן מען אויסניצן דעם זעלבן פּרינציפּ פֿאַר פּערזענלעכע אויטאָס, אויב מע וועט אינסטאַלירן גענוג אינדוקציע-דראָטן אויף די וועגן. מע קאָן אויך שאַפֿן סטאַנציעס, וווּ געוויינטלעכע עלעקטרישע אויטאָס קאָנען אָנלאָדן זייערע באַטאַרייען אָן ספּעציעלע באַמיִונגען, אויב זיי זענען אויסגעשטאַט מיט אַ ספּעציעלן אינערלעכן אינדוקטאָר. אַנשטאָט אָנצולאָנטשען אַ דראָט צום אויטאָ, קאָן מען זיך פּשוט אָפּשטעלן גענוג נאָענט צום ענערגיע-קוואַל.

דער קאָרעיִשער „פֿאָרויס-אינסטיטוט פֿון וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע‟ האָט מיט דרײַ יאָר צוריק אָנגעהויבן אַרבעטן איבער דער חידושדיקער אויטאָבוס-סיסטעם, וואָס הייסט „OLEV‟. פֿריִער האָט מען שוין אויסגעפּרוּווט אַזאַ אויטאָבוס אין אַ פֿאַרווײַל-פּאַרק. צום ערשטן מאָל האָט מען איצט אײַנגעפֿירט אַזאַ טראַנספּאָרט אינעם פּראַקטישן געזעלשאַפֿטלעכן באַניץ. די ווײַטערדיקע עקספּערימענטן וועלן ווײַזן, צי אַזעלכע סיסטעמען זענען טאַקע עפֿעקטיוו און אומשעדלעך.