זיצנדיק אין די אַרכיוון אין סיביו, רומעניע, די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די יונגע פֿאָרשערין דזשולי דאָסאָן פּלוצלינג געמאַכט אַן אויסטערליש געפֿינס: אַ ריי דאָקומענטן וועגן דער פֿאַרכאַפּונג און אומלעגאַלן שמד פֿון אַ ייִדיש מיידעלע דורך אַ קאַטוילישן גלח בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט.
דאָס איז בלויז איינע פֿון אַ צאָל גאָר אינטערעסאַנטע אַנטדעקונגען, וואָס דאָסאָן און איר אַסיסטענט, טימאָטי מענדענהאָל, האָבן לעצטנס געמאַכט, בעת זייער עקספּעדיציע איבער דרום־בוקאָווינע — אַ פּראָיעקט געשטיצט פֿונעם „לעאָ בעק אינסטיטוט‟.
אַלע שטעט און שטעטלעך, וואָס דאָסאָן און מענדענהאָל באַזוכן, זענען אַמאָל געווען אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע, און געפֿינען זיך הײַנט אונטער דער רומענישער הערשאַפֿט.
די געשעענישן אַרום דעם ייִדיש מיידעלע איז ממש אַ סימבאָל פֿון דער אומזיכערער געשיכטע פֿון די ייִדן אין די קאַנטן. לויט די 70 דאָקומענטן, וואָס דאָסאָן האָט געפֿונען אין דער פּאַפּקע, האָט לייבל דויטש, אַ ייִדישער סוחר, געהאַט באַקומען אַ דערלויבעניש זיך אַריבערצוקלײַבן אין קלויזנבערג [Cluj] אין 1792. אין יענע צײַטן האָבן די ייִדן אָפֿיציעל געמעגט וווינען נאָר אינעם שטעטל אַלבאַ יוליאַ, אָבער אין געוויסע פֿאַלן, האָט מען געמאַכט אַן אויסנאַם.
לויט די דאָקומענטן, האָט דער גלח פֿאַרכאַפּט דויטשס 11־יאָריק טעכטערל, מיטן ציל זי אָפּצושמדן. איר טאַטע האָט זיך געוואָנדן צו די מלוכישע אינסטאַנצן, וועלכע האָבן געהייסן דעם גלח אומקערן דאָס מיידל, אָבער דער גלח און די פֿאָרשטייער פֿון דער קירך האָבן זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אַ מיאוסער יאָרן־לאַנגער מאַכטקאַמף צווישן דער מלוכה און דער קירך. די קירכפֿירער האָבן אַפֿילו געהאָלפֿן דעם גלח אויסצומײַדן דאָס געזעץ, כּדי חתונה צו מאַכן דאָס מיידל, וועלכע האָט איצט געהייסן קאַראָלינאַ, מיט אַ קאַטוילישן מאַן.
צום באַדויערן, גיבן די דאָקומענטן נישט אָן דעם גורל פֿונעם מיידל: צי איז זי געבליבן מיט איר קריסטלעכן מאַן? האָט זי אַ מאָל ווידער געזען איר משפּחה? האָבן אירע קינדער בכלל געוווּסט וועגן איר טראַוומאַטישער געשיכטע? פֿון דעסטוועגן, האַלט דאָסאָן אַז די אינפֿאָרמאַציע, וואָס זי און מענדענהאָל האָבן ביז איצט אַנטדעקט דורך די אַרכיוון פֿון בוקאָווינע און זיבנבערג [טראַנסילוואַניע], איז ממש אַן אוצר.
„דער פּראָיעקט איז אַן אייגנאַרטיקער, ווײַל ס׳איז דאָ זייער אַ סך פּרטימדיקע מאַטעריאַלן אין די רומענישע אַרכיוון, אָבער ס׳איז שווער אָנצוקומען צו זיי,‟ האָט דאָסאָן באַמערקט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ערשטנס, געפֿינען זיך נישט די אַרכיוון אין איין אָרט; יעדער ראַיאָן האָט זײַן אייגענעם אַרכיוו. אַחוץ דעם, זענען די אַרכיוון אָרגאַניזירט אויף רומעניש, אָבער כּמעט אַלע אָריגינעלע היסטאָרישע דאָקומענטן זענען אויף דײַטש — אַ שפּראַך, וואָס די רומענישע אַרכיוויסטן און ביבליאָטעקער קענען נישט. דערפֿאַר מוזן די פֿאָרשער אַליין קענען ביידע שפּראַכן.‟
דאָסאָן קען דײַטש, רומעניש און האָט אויך שטודירט ייִדיש — צו ערשט, אַליין, און דערנאָך במשך פֿון צוויי זומערס אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם.
במשך פֿון די ערשטע דרײַ חדשים פֿון זייער פֿאָרש־אַרבעט, האָט דאָסאָן באַמערקט אַ ממשותדיקן אונטערשייד צווישן די אַרכיוויסטן אין פֿאַרשיידענע שטעט. אין שאָץ (Suceava), למשל, האָבן די אַרכיוויסטן זיי נישט צוגעלאָזט צו די פּאַפּירן וועגן דעם אייגנטום פֿון די ייִדן, טענהנדיק, אַז דאָס וואָלט געווען קעגן דעם געזעץ. (אַ פּנים, זאָרגן זיך די אינסטאַנצן, אַז די יורשים פֿון געוועזענע ייִדישע תּושבֿים וועלן אָנקלאָגן די מלוכה, אָדער די מוניציפּאַליטעט.)
„איין מאָל האָב איך געבעטן בײַ זיי אַ פּאַפּקע וועגן אַ דאָרף אין בוקאָווינע פֿון הונדערט יאָר צוריק, אָבער זיי האָבן מיך אָפּגעזאָגט ווײַל, אַ פּנים, האָט זיך דאָרט געפֿונען עפּעס אינפֿאָרמאַציע וועגן אייגנטום,‟ האָט דאָסאָן דערציילט. „האָב איך זיך אויסגעטענהט מיט זיי: ׳וואָס הייסט, דאָס דאָרף איז דאָך דעמאָלט געווען אונטער עסטרײַך!׳ זיי האָבן מיך אָבער בשום־אופֿן נישט צוגעלאָזט צו די פּאַפּירן.‟
אַפֿילו די אַרכיוויסטן, וועלכע זענען געווען אַ ביסל מער פֿרײַנדלעך, האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס זיי בלײַבן אַזוי לאַנג אין שאָץ. „וואָס וועט איר טאָן מיט די אַלע זאַכן?‟ האָבן זיי געפֿרעגט. „אַנדערע מענטשן קומען אַהער אויף אַ טאָג־צוויי, און פֿאָרן באַלד אַוועק. פֿאַר וואָס נעמט עס בײַ אײַך אַזוי לאַנג?‟
„מיר האָבן זיי געפּרוּווט דערקלערן, אַז מיר גרייטן צו אַ קאַטאַלאָג אויף דער אינטערנעץ, אָבער זיי האָבן באמת נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס עמעצער וואָלט בכלל געווען אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין זייער שטאָט־געשיכטע.‟
און ווער ווייסט, אפֿשר האָבן די אײַנוווינער חושד געווען, אַז דאָסאָן און מענדענהאָל זענען גאָר שפּיאָנען?
די אַרכיוויסטן אין סיביו (הערמאַנשטאַט), 134 מײַל צפֿון־מערבֿ פֿון בוקאַרעשט, זענען אָבער געווען פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. דאָ האָט דער דירעקטאָר פֿונעם אַרכיוו זיי געהאָלפֿן קריגן אַ וווינונג־פּאַס, און אָנגעשריבן פֿאָר זיי אַ רעקאָמענדיר־בריוו צו באַקומען צוטריט צו די אַרכיוון. „ווען איך האָב דאָ געפֿונען אַ זאַמלונג דאָקומענטן וועגן די פֿאַרמעגנס, וואָס מע האָט צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָב איך אים געפֿרעגט, צי איך מעג עס איבערלייענען, האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז יאָ, אַזוי לאַנג ווי איך פֿאָטאָגראַפֿיר עס נישט.‟
דאָסאָנס אינטערעס אין ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז, ווי אַ מיטגליד פֿונעם „שלום־קאָרפּוס‟, געשיקט געוואָרן קיין רומעניע אין 2007, און האָט זיך דערוווּסט וועגן אַן אַלטער שיל אין סיגישאָרע, וואָס מע האָט געהאַלטן אין מיטן רעסטאַוורירן. האָבנדיק זיך פֿריִער באַקענט מיט דער קלעזמער־וועלט אין בערלין, האָט דאָסאָן אַראַנזשירט, אַז אַ טייל פֿון די מוזיקער זאָלן אָפּהאַלטן עטלעכע קאָנצערטן אין דער שיל.
דאָסאָנס באַקאַנטשאַפֿט מיט דער קלעזמער־וועלט האָט איר אויך געבראַכט אַן אַנדער מין נחת: אין אַ חודש אַרום וועט זי חתונה האָבן מיט אַ באַקאַנטן קלעזמער־מוזיקער, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען.
דערווײַל באַמיט זי זיך צונויפֿצוקלײַבן וויפֿל אינפֿאָרמאַציע זי קען, און האָפֿט צו שאַפֿן אַ וועבזײַט מיט די רשימות פֿון אַלץ, וואָס געפֿינט זיך אין די אַרכיוון: מעטריקעס, חתונה־ און טויט־באַשטעטיקונגען, אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער בילדונג, אאַז״וו.
„די אינפֿאָרמאַציע וועט נישט דיגיטאַליזירט ווערן, ווײַל דאָס וואָלט געפֿאָדערט אַ סך מער צײַט און געלט,‟ האָט דאָסאָן דערקלערט. „אָבער עס וועלן יאָ געגעבן ווערן רשימות מיט אַלץ, וואָס מע קען דאָ געפֿינען.‟ דאָס וועט דערמעגלעכן די לייענער פֿון דער וועבזײַט ווי, למשל, אַקאַדעמיקער, אָדער משפּחות, וואָס פֿאָרשן זייער גינעאָלאָגיע, אַ געלעגנהייט צו באַשליסן, צי ס׳איז כּדאַי צו פֿאָרן אין די אַרכיוון אין רומעניע און אַליין איבערלייענען דעם רײַכן, אינפֿאָרמאַטיוון מאַטעריאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.