ווען די חזנטע אַנדזשעלאַ בוכדאַל באַגריסט די מתפּללים אין דער אָנגעזעענער „צענטראַלער סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן, זעט זי אַ געמיש פֿון פּנימער: שוואַרצע, אַזיאַטישע און לאַטינאָס.
די פֿילפֿאַרביקייט שפּיגלט אָפּ די ענדערונגען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס בוכדאַל — אַ פּראָדוקט פֿון אַן אַשכּנזישן ייִדישן טאַטן און אַ קאָריאַנישער בודיסטישער מאַמען — פֿאַרקערפּערט אַליין.
איצט, אַז ראַבינער פּיטער רובינשטיין — דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער „צענטראַלער סינאַגאָגע‟ — האָט געמאָלדן, אַז ער פּענסיאָנירט, איז בוכדאַל געוואָרן די הויפּט־קאַנדידאַטין צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט.
בוכדאַל, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין סעול, דרום־קאָרעע אין 1972, איז זיכער אַ פּיאָנערין אין דער וועלט פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם: די ערשטע פֿרוי צו ווערן סײַ אַ חזנטע, סײַ אַ ראַבינערין, און אויך די ערשטע אַזיאַטיש־אַמעריקאַנער צו דינען אין ביידע ראָלעס.
הגם בוכדאַלס מאַמע איז נישט קיין ייִדישע, האָט אַנדזשעלאַ געקאָנט ווערן אַ רעפֿאָרם־ראַבינערין, ווײַל אין יאָר 1983, האָט די רעפֿאָרם־באַוועגונג זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער מער ווי 2,000־יאָריקער ייִדישער טראַדיציע, וואָס באַצייכנט פֿאַר ייִדן בלויז יענע, וואָס זייער מאַמע איז אַ ייִדישע, און דערקלערט, אַז אַפֿילו די, וועלכע האָבן בלויז אַ ייִדישן טאַטן וועלן פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר ייִדן, אַזוי לאַנג ווי דער טאַטע „אידענטיפֿיצירט זיך מיט דער ייִדישער אמונה‟, לויט די תּקנות פֿון דער „צענטראַלער קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער ראַבינער‟.
בוכדאַלס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין טאַקאָמאַ, וואַשינגטאָן, ווען אַנדזשעלאַ איז געווען 4 יאָר אַלט, און טאַטע־מאַמע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אינעם אָרטיקן רעפֿאָרם־טעמפּל „בית־אל‟. בוכדאַלס טאַטע, פֿרעד וואָרניק, האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז זײַן טאָכטער פֿלעג, ווי אַ מיטלשול־תּלמידה, לערנען עלעמענטאַר־שולקינדער העברעיִשע און ענגלישע לידער אויף ייִדישע טעמעס. שפּעטער איז זי געוואָרן די געזאַנג־פֿירערין אין קעמפּ סוויג, אַ רעפֿאָרם־לאַגער אין סאַראַטאָגע, קאַליפֿאָרניע, און בעת אירע סטודענטישע יאָרן אין יעל־אוניווערסיטעט, האָט זי דורך „הילל‟ זיך באַקענט מיט אַ ייִדישן בחור, דזשייקאָב בוכדאַל, און מיט אים חתונה געהאַט.
פֿון אַ סאָציאָלאָגישן קוקווינקל, איז בוכדאַלס שטאַרקע אידענטיפֿיקאַציע מיט איר ייִדישן אָפּשטאַם גאַנץ פֿאַרשפּרייט בײַ די ייִדישע קינדער פֿון אַזיאַטיש־ייִדישע פּאָרפֿעלקער. לויט אַ צוויי־יאָריקער שטודיע דורך די סאָציאָלאָגן נאָאַ לעוויט און העלען קים, דערציִען ס׳רובֿ אַזיאַטיש־ייִדישע פּאָרפֿעלקער זייערע קינדער ווי ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע געמישטע פּאָרפֿעלקער, בײַ וועמען בלויז אַ דריטל פֿון די קינדער ווערט דערצויגן ווי ייִדן, גיט איבער די „לאַנדישע אַנקעטע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟ פֿון 2001.
בוכדאַל האָט זיך אָבער אָפֿט געראַנגלט מיט איר אידענטיטעט. אין 2003 האָט זי געשריבן אינעם Sh‘ma Journal: „במשך פֿון מײַן יוגנט האָב איך געפּרוּווט צונויפֿשמעלצן מײַנע ייִדישע, קאָריאַנישע און סעקולערע אַמעריקאַנער אידענטיטעטן, און בײַ געוויסע מאָמענטן האָב איך טאַקע געקלערט, אַז איך וועל קיין מאָל נישט זײַן אַ גאַנצער ייִד.‟
בעת אַ טור פֿון ישׂראל, ווי אַ דעלעגאַט פֿון דער „בראָנפֿמאַן יוגנט־מיטגלידשאַפֿט‟, האָבן די אָרטיקע קינדער חוזק געמאַכט פֿון איר, אָדער זי געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זי טראָגט אַ מגן־דוד אויפֿן האַלדז. „נאָך דעם פּײַנלעכן זומער, האָב איך געקלונגען מײַן מאַמען, און געזאָגט, אַז איך וויל מער נישט זײַן קיין ייִד,‟ האָט זי דערציילט. „כ׳האָב איר געזאָגט: ׳איך זע נישט אויס ווי אַ ייִד, איך האָב נישט קיין ייִדישן נאָמען און איך וויל מער נישט טראָגן דעם עול פֿון תּמיד פֿאַרטיידיקן מײַן ייִדישן אָפּשטאַם׳.‟
איר מאַמע האָט איר אָבער געענטפֿערט מיט אַ פּשוטער פֿראַגע: „איז אזאַ זאַך אָבער מעגלעך?‟
„יענער שמועס מיט דער מאַמען האָט מיך איבערצײַגט, אַז איך קאָן נישט אויפֿהערן לעבן ווי אַ ייִד, פּונקט ווי איך קען נישט אויפֿהערן לעבן ווי אַ פֿרוי אָדער קאָרעאַנער,‟ האָט בוכדאַל געשריבן.
לאָרענס האָפֿמאַן, בוכדאַלס עצה־געבער בעת זי האָט שטודירט אויף ראַבינער אינעם ניו־יאָרקער „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟, זאָגט, אַז ער האָט גאַנץ פֿרי דערקענט, אַז זי וועט מיט דער צײַט ענדערן די ראָלע פֿונעם ראַבינער, בפֿרט לויטן סענסיטיוון אופֿן ווי זי באַציט זיך צו די מתפּללים. „במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 30 יאָר באַמיט זיך אונדזער באַוועגונג צו בײַטן דאָס פּנים פֿון דער ראַבינערשאַפֿט, און זי איז ממש אַ סימבאָל דערפֿון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.