אַ נײַע קאַלטע מלחמה?

A New Cold War?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 14, 2013, issue of August 30, 2013.

דער רוסישער דיכטער פֿיאָדאָר טיוטטשעוו האָט אַ מאָל אָנגעשריבן умом Россию не понять, וואָס מיינט, אין תּוך אַרײַן, אַז דער מענטשלעכער שׂכל איז ניט דער בעסטער אינסטרומענט צו פֿאַרשטיין רוסלאַנד. איז אַזוי בלײַבט עס ביזן הײַנטיקן טאָג. ניט לאַנג צוריק האָבן דײַטשישע קענער פֿון רוסלאַנד געפּרוּווט אויסצואַרבעטן מאָדעלן פֿון דעם, ווי אַזוי עס וועלן זיך אַנטוויקלען די באַציִונגען צווישן דײַטשלאַנד און רוסלאַנד. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט פֿאָרגעלייגט גאָר פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, און אַלע — פֿון גאָר שלעכטע ביז גאָר גוטע — זעען אויס מעגלעך אין דער זעלבער מאָס.

ווי אַזוי טאַקע קען מען עפּעס פֿאָרויסזאָגן וועגן אַ לאַנד, וואָס מע קען באַשרײַבן, נוצנדיק נאָר דאָס וואָרט „כּמו‟. ס’איז אַ כּמו-דעמאָקראַטישע מדינה, וואָס האָט פּאַרטייען, וואַלן, אַ פּאַרלאַמענט. אָבער די באמת וויכטיקע באַשלוסן ווערן אָנגענומען מחוץ דער דאָזיקער כּמו-דעמאָקראַטישער סיסטעם. עס זײַנען דאָ כּמו-געריכטן, וועלכע טראָגן אַרויס אורטיילן אַזוי, ווי עס ווילן די הויכע פֿענצטער. און אַזוי ווײַטער.

אַ סבֿרא, אַז קיין קלאָר בילד פֿון רוסלאַנד עקזיסטירט ניט אויך אין די קעפּ פֿון אַמעריקאַנער אַנאַליטיקער. אין דעם זין קען מען אָפּשאַצן ווי אַ געלונגענע זאַך דעם באַשלוס פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאָמאַ זיך אָפּצושטעלן און זיך אַרומקוקן. פֿאַקטיש מיינט עס, אַז די אַמעריקאַנער-רוסישע באַציִונגען זײַנען אַרײַן אין אַ טעמפּן ווינקל און וועלן, אַ פּנים, בלײַבן דאָרטן אַ היפּש ביסל צײַט. אפֿשר ביז די טעג, ווען אויף וולאַדימיר פּוטינס אָרט וועט קומען אַ נײַער מענטש.

דער פֿאַקט אַליין פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַס באַשלוס אָפּצושאַפֿן די פֿאַרפּלאַנירטע באַגעגעניש מיט זײַן רוסישן קאָלעגע זאָגט זייער אַ סך, ווײַל עס האָט כּמעט ניט קיין פּרעצעדענטן. דאָס לעצטע מאָל איז עפּעס אַזוינס געשען אַזש אין יאָר 1960, ווען ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט אָפּגעשאַפֿן זײַן באַגעגעניש מיטן פּרעזידענט אײַזענהאַוער. דעמאָלט איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט אַן אומגעוויינטלעכן געשעעניש: איבער דער סאָוועטישער טעריטאָריע איז אַראָפּגעשאָסן געוואָרן דער אויסשפּיר-עראָפּלאַן, פּילאָטירט דורך הערי פּאַוערס. איצט איז עס אויך פֿאַרבונדן מיט אַן ענין, וואָס איז ניט פֿון די געוויינטלעכע. עדוואַרד סנאָודען האָט מען ניט נאָר ניט אַרויסגעגעבן (און קיינער האָט ניט געגלייבט, אַז רוסלאַנד וועט אים אַרויסגעבן), נאָר אויך דערלויבט אים צו בלײַבן אין לאַנד.

אָבער קיינער מאַכט ניט קיין סוד פֿון דעם, אַז סנאָודען שטעלט מיט זיך פֿאָר בלויז אַ טייל פֿון די פּראָבלעמען, וועלכע שטערן צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען צווישן די צוויי מדינות. רוסלאַנד האָט אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט געמאַכט שטאַרקער די אַנטי-אַמעריקאַנישע רעטאָריק, וואָס מע הערט אין דער מעדיאַ און אין אָפֿיציעלע אַרויסזאָגונגען. האָט איר אַ מאָל געפּרוּווט צו קוקן דעם רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל RT? טעאָרעטיש הייסט עס „ראַשאַ טודעי‟, אָבער קיין סך הײַנטיקע נײַעס פֿון רוסלאַנד זעט מען דאָרטן ניט. יעדעס מאָל, ווען איך האָב געפּרוּווט דעם קאַנאַל צו קוקן, איז די רייד געגאַנגען וועגן דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. און גערעדט האָט מען אַזוי, ווי מע פֿלעגט עס טאָן אין די „גוטע סאָוועטישע‟ צײַטן, לויט די זעלבע סקאַרבאָווע מעטאָדן.

מיט אַ צײַט צוריק האָט מען צעבלאָזן עטלעכע טרויעריקע און אַפֿילו טראַגישע פֿאַלן, ווען די אַמעריקאַנער האָבן זיך שלעכט, צי אַפֿילו קרימינעל-שלעכט באַצויגן צו די קינדער, וועלכע זיי האָבן אַדאָפּטירט אין רוסלאַנד. גלײַכצײַטיק, האָט מען פֿאַרשוויגן די ניט צו פֿאַרגלײַכן מער געשיכטעס פֿון גליקלעכע קינדער. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אײַנגעפֿירט אַ געזעץ, וועלכער האָט אין גאַנצן פֿאַרווערט די אַמעריקאַנער צו אַדאָפּטירן רוסישע קינדער, אַפֿילו אַזעלכע אומגליקלעכע, קראַנקע קינדער, וועלכע די רוסן אַליין ווילן זיי ניט נעמען.

אָבער דער ביטערסטער סם גיסט זיך אין פּאָליטישע ענינים. רוסלאַנד און אַמעריקע זײַנען קעגנער אין געאָפּאָליטישע פֿראַגן. זיי שטיצן פֿאַרשיידענע, קעגנערישע צדדים אין דעם קאָנפֿליקט, וואָס צערײַסט סיריע. רוסלאַנד חבֿרט זיך מיט איראַן. אין אַמעריקע, ווי אויך אין אַ סך אַנדערע לענדער, קריטיקירט מען די רוסישע געזעצן, וואָס זײַנען געצילט קעגן האָמאָסעקסועלע לײַט. מע הערט אַפֿילו ווי אייניקע יחידים און אָרגאַניזאַציעס לייגן פֿאָר צו בויקאָטירן די ווינטער-אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי. הקיצור, מע זעט און מע פֿילט סימנים פֿון דער אַמאָליקער „קאַלטער מלחמה‟. ווי אַ מאָל, זעט מען די וועלט אַנדערש אין מאָסקווע און אין וואַשינגטאָן.

קיין אמתע נײַע „קאַלטער מלחמה‟ וועט זיך פֿון דעם אַלץ ניט אַנטוויקלען. רוסלאַנד איז שוואַכער פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָט ווייניקער פֿרײַנד. אָבער רוסלאַנד וועט נאָך לאַנג ברענגען קאָפּווייטיקן, אַפֿילו נאָך דעם ווי וולאַדימיר פּוטין וועט, סוף-כּל-סוף, מוזן אַוועקגיין. מענטשן און פֿעלקער בײַטן זיך ניט אַזוי גיך. עס דאַרפֿן דורכגיין יאָרן. עס דאַרף קומען אַ דור, וואָס וועט קענען אויסקומען מיט די אַמעריקאַנער, און בכלל מערבֿדיקע, ווערטן.

אַ וויכטיקן טעסט גייט דורך די רוסישע דעמאָקראַטיע אין מאָסקווע, וווּ אין אַ חודש אַרום וועט מען אויסקלײַבן דעם מייאָר. לויט אַלע סימנים נאָך, וועט געווינען פּוטינס אַ מקורבֿ. אָבער עס איז וויכטיק צו זען, ווי אַזוי וועט עס אַלץ דורכגיין, אויף וויפֿל מיאוס וועט זיך אויפֿפֿירן די מאַכט, וויפֿל שטימען וועלן אָנקלײַבן די אָפּאָזיציע-קאָנדידאַטן.

אָבער באמת וויכטיקע שינויים וועט מען זען אין רוסלאַנד נאָר, אַ פּנים, ווען עפּעס וועט זיך בײַטן אין דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿונעם לאַנד. אַ שטייגער, ווען (און אויב) די מינעראַלע קוואַלן, וואָס שאַפֿן געלטער פֿאַר רוסלאַנד, וועלן ווערן ממשותדיק ביליקער. דעמאָלט וועלן אויך קומען אַנדערע פֿאָדערונגען מצד דער באַפֿעלקערונג.