וויליאַם רעפּפֿאָגעל, איינער פֿון די וויכטיקסטע ניו-יאָרקער ייִדישע קהילה-פֿירער, האָט מאָנטיק, דעם 12טן אויגוסט, געבעטן מחילה פֿאַר זײַנע אַקציעס, צוליב וועלכע ער האָט פֿאַרלוירן זײַן פּאָזיציע פֿונעם אויספֿיר-דירעקטאָר בײַם „מעטראָפּאָליטאַנער ראַט פֿאַר אָרעמע ייִדן‟, באַקאַנט ווי „Met Council‟. דער געוועזענער דירעקטאָר האָט דערקלערט אין אַ בריוו, פֿאַרעפֿנטלעכט דורך זײַן אַדוואָקאַט, אַז ער האָט „שטאַרק חרטה‟ און בעט זײַנע קרובֿים, פֿרײַנד און אַלע שטיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרגעבן אים זײַנע „פֿעלערן‟.
עס בלײַבט אָבער נישט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ „פֿעלערן‟ רעפּפֿאָגעל איז באַגאַנגען. בלויז אַ קליינער קרײַז מענטשן ווייסן די פּרטים פֿון דער מעשׂה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער „ראַט‟ באַזײַטיקט דעם דירעקטאָר; די ניו-יאָרקער גענעראַל-פּראָקוראַטור האָט אָנגעהויבן אַ קרימינעלע אויספֿאָרשונג קעגן אים. די אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז די באַשולדיקונגען האָבן צו טאָן מיט איר פֿאַרזיכערונג-סיסטעם; אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „ראַט‟ האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו דערקלערן די פּרטים. לויט אַ באַריכט פֿון „ניו-יאָרק טײַמס‟, באַגרינדעט אויף אַנאָנימע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן, האָט די פּאָליציי־אויספֿאָרשונג צו טאָן מיט פּאָליטיש-מאָטיווירטע מתּנות, וואָס געוויסע שטאָטישע רעגירונג-קאַנדידאַטן האָבן באַקומען פֿון אַ פֿאַרזיכערונג-פֿירמע.
מנחם לובינסקי, אַ פֿאַרוואַלטונג־מיטגליד פֿון „Met Council‟, האָט געזאָגט, אַז דעם 8טן אויגוסט האָבן זיי באַשלאָסן צו באַזײַטיקן דעם אויספֿיר-דירעקטאָר, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרגאַניזאַציע זינט 1992, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט וועגן דער אויספֿאָרשונג קעגן אים. לובינסקי האָט צוגעגעבן, אַז דער דירעקטאָראַט האָט „פֿאַרשטאַנען דעם כאַראַקטער פֿון די באַשולדיקונגען‟ און „געפֿילט, אַז זיי האָבן נישט קיין ברירה און מוזן אַרויסוואַרפֿן‟ רעפּפֿאָגעלן.
לויט לובינסקין, האָבן די אַנדערע אָרגאַניזאַציע-פֿירער נישט געפֿילט, אַז זיי טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר רעפּפֿאָגעלס צווייפֿלהאַפֿטיקער טעטיקייט. דער מיטפֿאָרזיצער פֿונעם אויספֿיר-ראַט בײַ דער פֿאַרוואַלטונג איז מעריל טיש, וועלכע דינט אויך ווי די קאַנצלערין בײַם ניו-יאָרקער שטאַט-דירעקטאָראַט פֿון בילדונג-אַנשטאַלטן („Board of Regents‟). זי פֿירט אויך אָן מיט דער וואַל-קאַמפּאַניע פֿונעם מייאָר-קאַנדידאַט ביל טאָמפּסאָן.
דזשודי רעפּפֿאָגער, די פֿרוי פֿונעם באַזײַטיקטן דירעקטאָר, דינט ווי די פּערסאָנאַל-שעפֿין בײַ שעלדאָן סילווער, דער ספּיקער פֿון דער ניו-יאָרקער שטאַט-אַסאַמבלעע. סילווער האָט געמאָלדן אין אַן אינטערוויו דער צײַטונג „דיילי ניוז‟, אַז די ידיעה וועגן איר מאַנס צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים האָט זי „שאָקירט און טיף פֿאַרטרויערט‟. צוזאַמען מיט סילווערן, האָט רעפּפֿאָגעל פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון אַ מעכטיקער פּאָליטישער עליטע. דעם 12טן אויגוסט, האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ זיך פֿאַרבונדן מיט העשי דזשייקאָבס, אַן אַנדער מיטגליד פֿון דער זעלבער עליטע-גרופּע. דזשייקאָבס האָט געשטיצט רעפּפֿאָגעלן און באַטאָנט, אַז דער פֿאַרדעכטיקטער איז „איינער פֿון די איידלסטע מענטשן אין דער וועלט‟, וועלכער האָט „אַלעמאָל געהאָלפֿן די אָרעמע-לײַט‟.
„Met Council‟ איז איינער צווישן די גרעסטע סאָציאַלע באַדינסט-גרופּעס אין ניו-יאָרק, מיט אַ יערלעכן בודזשעט פֿון 27 מיליאָן דאָלאַר. די אָרגאַניזאַציע באַקומט פֿיל-מיליאָניקע סובסידיעס פֿונעם שטאַט און דער אָרטיקער רעגירונג, ווי אויך פֿון דער ניו-יאָרקער ייִדישער „UJA‟־פֿעדעראַציע, וועלכע האָט מסכּים געווען מיטן באַשלוס צו באַזײַטיקן רעפּפֿאָגעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.