רעגינאַ רעזניק, די אַמעריקאַנער-ייִדישע מעצע-סאָפּראַנאָ-זינגערין, איז געשטאָרבן דעם 8טן אויגוסט, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. רעזניקס גרויסער דראַמאַטישער טאַלאַנט איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין אַזעלכע ווערק, ווי ווערדיס אָפּערע „פֿאַלסטאַף‟, דיריגירט דורך לעאָנאַרד בערנשטיינס, און טשײַקאָווסקיס „די מלכּה פּיק‟, דיריגירט דורך מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש.
אינעם יאָר 1987, האָט רעזניק געשפּילט אין קאַנדער און עבס מוזיקאַלישן „קאַבאַרע‟ אויפֿן בראָדוויי די ראָלע פֿון פֿרײַלין שנײַדער — אַ בערלינער דײַטשישע לאַנד-בעלי-ביתטע, וועלכע לײַדט אומדירעקט פֿונעם נאַצי-אַנטיסעמיטיזם אין די 1930ער יאָרן, ווען איר חבֿר הער שולץ, אַ פֿרוכט-הענדלער, וועט פֿאַרפֿאָלגט צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. שפּעטער, אין 1991, האָט די זינגערין גלענצנדיק אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון מאַדאַם אַרמפֿעלדט אין סאָנדהײַמס אָפּערע „אַ קליינע נאַכט-מוזיק‟ — און געוואָרן מער באַקאַנט ווי הערמײַאָני גינגאָלד, די באַרימטע ייִדישע אַקטריסע פֿון ענגלאַנד, די אָריגינעלע אויספֿירערין פֿון דער דאָזיקער ראָלע.
רעזניק איז געבוירן געוואָרן אין אַ רוסיש-ייִדישער משפּחה. זי פֿלעגט כּסדר באַטאָנען, אַז די ייִדישע טעאַטראַלע טראַדיציעס האָבן שטאַרק געווירקט אויף איר. אינעם יאָר 2006, האָט זי דערקלערט אין אַן אינטערוויו, אַז זי פֿילט זיך שטאַרק פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט, „ביז די סאַמע אויערן‟ — נישט אינעם רעליגיעזן, נאָר אינעם קולטורעלן זין. אַמאָל, בעת זי האָט געזונגען אין דײַטשלאַנד, האָט עמעצער געפֿרעגט: פֿון וואַנען נעמט זיך בײַ איר אַזאַ שיין קול? רעזניק האָט דערציילט, אַז זי איז אַ ייִדענע, וואָס שטאַמט פֿון אַ רוסישער מוזיקאַלישער משפּחה.
אַ טייל ייִדישע מוזיקאַנטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו שפּילן נאָכן חורבן מיטן עסטרײַכישן דיריגענט הערבערט פֿאָן קאַראַיאַן, וועלכער איז צוויי מאָל אַרײַנגעטראָטן אין דער נאַצי-פּאַרטיי — אין עסטרײַך און אין דײַטשלאַנד — צוליב אַ בעסערער קאַריערע. נישט געקוקט אויף קאַראַיאַנס צווייפֿלהאַפֿטיקער רעפּוטאַציע, האָט רעזניק געשפּילט אין זײַן ווערסיע פֿון דער אָפּערע „קאַרמען‟. אינעם יאָר 1953, האָט זי אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון זיגלינדע אין וואַגנערס „וואַלקיריע‟, דיריגירט דורך אַן אַנדער געוועזענעם נאַצי, קלעמענס קראַוס. במשך פֿון איבער צען יאָר פֿאַר דעם, איז רעזניק געווען אַ דראַמאַטישע סאָפּראַנאָ-זינגערין. קראַוס האָט איר געגעבן אַ גרולדיקע עצה, אַז מעצאָ-סאָפּראַנאָ איז בעסער צוגעפּאַסט פֿאַר איר.
אינעם יאָר 1970 האָט רעזניק חתונה געהאַט מיטן ליטוויש-ייִדישן קינסטלער אַרביט בלאַטאַס (נחמיה אַרביטבלאַטאַס), וועלכער האָט זי טיפֿער באַקענט מיט דער ייִדישער טראַדיציע. בלאַטאַסעס מאַמע איז אומגעקומען אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער שטוטהאָף; זײַן טאַטע האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער דאַכאַו, אָבער געשטאָרבן אין גיכן נאָך דער מלחמה. אָנהייב די 1980ער יאָרן, האָט רעזניק, אינספּירירט פֿון איר מאַן, געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דעם היסטאָרישן ייִדישן געטאָ אין ווענעדיק.
צוזאַמען מיט איר זון פֿון דער ערשטער חתונה, מײַקל פֿיליפּ דייוויס, האָט רעזניק דורכגעפֿירט די סעריע קאָנצערטן „קאָלירן פֿון די תּפֿוצות: אַ קאַליידאָסקאָפּ פֿון ייִדישע קלאַסישע לידער‟. דאָס לאַנגע און גליקלעכע לעבן מיט בלאַטאַסן האָט זיכער צוגעגעבן נאָך מער ייִדישן טעם צו אירע ווערק.
זעט אָט-דאָ ווי רעגינאַ רעזניק שפּילט אינעם טעלעוויזיע-ספּעקטאַקל „די משפּחה גאָלדבערג‟, אינעם יאָר 1954:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.