אַן אַמאָליקן טרענירער פֿון אַן אויסטראַליער „מכּבי‟־קוישבאָל־ מאַנשאַפֿט האָט מען אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה אויף אַכט יאָר, ווײַל ער האָט סעקסועל באַלעסטיקט פֿיר מיידלעך, מער ווי אַ יאָרצענדליק צוריק.
שאַנאָן פֿראַנציס, נישט קיין ייִד, האָט מען פֿאַרמישפּט מיטוואָך, און ער מוז לפּחות פֿינף און אַ האַלב יאָר זיצן, איידער ער וועט קענען באַפֿרײַט ווערן אויף ערנוואָרט. די פּרטים וועגן דעם פּראָצעס האָט מען, פֿון אָנהייב אָן, נישט געלאָזט פֿאַרעפֿנטלעכן, און ערשט הײַנט האָט מען מודיע געווען דעם נאָמען פֿונעם פֿאַרברעכער. מע האָט אויך נישט געלאָזט מודיע זײַן, אַז די אָרגאַניזאַציע „מכּבי‟ איז אַרײַנגעטאָן אין דער מעשׂה. די „מכּבי‟־אָרגאַניזאַציע אין אויסטראַליע איז די גרעסטע ייִדישע גרופּע אין לאַנד מיט אַן ערך 9,000 מיטגלידער אין 50 קלובן לויט זייער וועבזײַט. מיט חדשים פֿריִער האָט פֿראַנציס זיך מודה געווען פֿאַר שולדיק אין די פֿיר באַשולדיקונגען פֿון באַלעסטיקונג פֿון קינדער, אַרײַנגערעכנט די באַלעסטיקונג פֿון אַ מיידל ייִנגער פֿון 16 יאָר. איינער פֿון די אינצידענטן איז פֿאָרגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1999 אָדער 2000.
דער פּרעזידענט פֿונעם אויסטראַליער „מכּבי‟, פּרעזידענטין ליסאַ באָראָוויק, האָט געזאָגט: „׳מכּבי׳ און זײַנע מיטגלידער אין די קלובן וועלן קיין מאָל נישט מוחל זײַן קרימינעלע אַקטן, בפֿרט ווען מע טוט וויי קינדער.‟ מאַני וואַקס, דער גרינדער פֿון „צדק‟, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די מענטשן וואָס האָבן געליטן פֿון קינדער־באַלעסטיקונג אין אויסטראַליע, האָט אויסגעדריקט צופֿרידנקייט בײַם הערן די ידיעה, אַז דער באַשולדיקטער ווערט אײַנגעזעצט, און באַמערקט — „עס הייבט אַרויס דעם פֿאַקט, וואָס אַזאַ באַלעסטיקונג קען פֿאָרקומען אין אַלע סעקטאָרן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.‟
נאָך צוויי פֿאַלן פֿון קינדער־באַלעסטיקונג פֿאַרבונדן מיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסטראַליע, ווערן געפּסקנט אין געריכטן דאָס יאָר. איינער האָט צו טאָן מיט אַ נישט־ייִדישן שאָפֿער פֿון אַן אויטאָבוס בײַ דער חרדישער שול „עדת־ישׂראל‟ אין מעלבורן. פּרטים וועגן דעם אַנדערן פּראָצעס לאָזט מען נישט פֿאַרעפֿנטלעכן. „מכּבי‟־טרענירער אין תּפֿיסה
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.