ווען אַזעלכע פּאָפּולערע צײַטונגען, ווי „ניו-יאָרק טײַמס‟, דערמאָנען די ייִדישע שפּראַך, גיבן זיי אָפֿט צו אַ באַמערקונג, אַז זי איז „טויזנט יאָר אַלט‟. די זעלבע צאָל ווערט אויך אָנגערופֿן אויף די וועבזײַטן פֿון אַזעלכע באַקאַנטע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, ווי ציק״אָ און ייִוו״אָ. דער דאָזיקער חשבון איז באַגרינדעט אויף דעם פֿאַקט, וואָס אין דײַטשלאַנד זענען מיט טויזנט יאָר צוריק שוין געווען אַנטוויקלטע ייִדישע קהילות. רש״י דערמאָנט צענדליקער גערמאַנישע ווערטער צווישן זײַנע אַלט-פֿראַנצויזישע גלאָסן. אינעם 14—15טן יאָרהונדערט, ווי עס ווײַזן אָן די אָפּגעהיטע גבֿית־עדותן פֿון יענער תּקופֿה, האָט די שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן שוין געטראָגן אַ סך כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש. ממילא, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די דאָזיקע שטריכן האָבן אָנגעהויבן זיך פֿורעמען נאָך פֿריִער, אינעם 10—11טן יאָרהונדערט.
דער סאַטמאַרער זשורנאַל „דער שטערן‟ האָט אַמאָל דערקלערט, אַז ייִדיש עקזיסטירט שוין לכל-הפּחות אָנדערהאַלבן טויזנט יאָר. אייניקע וועלטלעכע ייִדישיסטן, אַרײַנגערעכנט דעם פּאָעט און שפּראַך-אַקטיוויסט שמואל נײַדאָרף, שטיצן אויך אַזאַ מאַקסימאַליסטישע שיטה. איינער פֿון זייער הויפּט-אַרגומענטן איז דער גערמאַניש-שטאַמיקער נאָמען „האַרפֿידעל‟, וואָס עמעצער האָט אים אויסגעקריצט מיט ייִדישע אותיות אויף אַ שטיין אינעם האַלב-אינדזל קרים אינעם 5טן יאָרהונדערט. די פּראָבלעם מיט דער דאָזיקער שיטה באַשטייט אין דעם, וואָס די דאָזיקע אוראַלטע אויפֿשריפֿט איז אָנגעשריבן אויף גאָטיש, גאָר אַן אַנדער גערמאַנישע שפּראַך.
צווישן די גערמאַניסטן, וועלכע פֿאָקוסירן זיך מער אויף דײַטש, ווי אויף ייִדיש, בלײַבט פּאָפּולער די פֿאַרקערטע שיטה. לויט זייער מיינונג, האָט ייִדיש זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ דײַטשישן דיאַלעקט אין אַ פֿולווערטיקער באַזונדערער שפּראַך בלויז אין מיזרח־אייראָפּע, במשך פֿון די לעצטע 400—500 יאָר.
הירשע-דוד כּ״ץ, דער באַקאַנטער ייִדיש-פֿאָרשער, האָט פֿאָרגעלייגט אַן „אולטראַ-מאַקסימאַליסטישע שיטה‟, לויט וועלכער די הײַנטיקע ייִדישע שפּראַך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נאַטירלעכן שטאַפּל אין דער 4,000־יאָריקער קייט פֿון ייִדישע שפּראַכן און קולטור-טראַדיציעס. והראיה, דערקלערט כּ״ץ: די העברעיִש-אַראַמישע עלעמענטן אין ייִדיש זענען גאָר אַלט און זענען נישט באַגרענעצט בלויז מיט באָרג-ווערטער פֿון די הייליקע ספֿרים. לויט זײַן טעאָריע, האָבן אויף ייִדיש דירעקט געווירקט בבֿלישע ייִדן, וועלכע האָבן נאָך גערעדט אויף לשון-תּרגום.
אין דער אמתן, האָבן אַזעלכע חשבונות ווייניק ווערט און זענען געוויינטלעך פֿאַרבונדן מיט נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיעס. אַ שפּראַך מוז נישט האָבן אַ גלאָררײַכע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן אַזש פֿון דער שטיינערנער תּקופֿה. למשל, פֿאַר קיינעם איז נישט קיין סוד, אַז די דרום-אַפֿריקאַנער שפּראַך אַפֿריקאַאַנס איז גאַנץ יונג; דאָס האָט אָבער נישט געשטערט דעם אַפֿריקאַאַנס-שרײַבער דזשאָן קוטסי צו באַקומען דעם נאָבעל-פּרײַז מיט עטלעכע יאָר צוריק.
אַזוי צי אַזוי, איז כּ״ץ טאַקע גערעכט: ייִדיש אַנטהאַלט אַן אוניקאַל געמיש פֿון גאָר אַלטע שפּראַך-עלעמענטן. נעכטן האָב איך געלייענט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן אוראַלטע וועלט-מיטאָלאָגיעס. דערנאָך האָב איך אַ קוק געגעבן אויפֿן ייִדישן לוח און באַמערקט, אַז ס׳איז געווען דינסטיק, ז׳ אלול, שנת ע״ג.
דער נאָמען פֿונעם הײַנטיקן חודש, אלול, שטאַמט פֿונעם אוראַלטן בבֿל; אויף אַראַמיש הייסט ער „אלולו‟; אויף טערקיש און אויף אַראַבישע דיאַלעקטן הייסט ער אויך ווי בײַ ייִדן. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער אַזוי אַלט, אַז די לינגוויסטן זענען נישט זיכער, פֿון וואַנען עס שטאַמט, און לייגן פֿאָר עטלעכע אַלטערנאַטיווע עטימאָלאָגיעס; לויט איין ווערסיע, האָט עס צו טאָן מיטן האַרבסטיקן גערעטעניש; דער ייִדישער לוח שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיק רעשטל פֿון דער אוראַלטער מעסאָפּאָטאַמישער קולטור.
די נעמען פֿון חדשים ווערן בײַ ייִדן אָפּגעטײַטש אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אַלעגאָרישע און מיסטישע אופֿנים. על-פּי-חסידות, איז אלול ראָשי-תּיבֿות פֿונעם פּסוק „אַני לדודי ודודי לי‟; דאָס איז דער חודש פֿון תּשובֿה, ווען ייִדן און דער אייבערשטער דערנענטערן זיך איינער צום צווייטן, ווי די פֿאַרליבטע אינעם „שיר השירים‟. דאָס מזל פֿונעם הײַנטיקן חודש — „בתולה‟ — איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער קאָנצעפּציע. ייִדן טוען תּשובֿה פֿאַר זייערע עבֿירות, כּדי צו ווערן אינעם קומענדיקן יאָר ווידער ריין ווי אַ יונגע כּלה.
די ייִדישע נעמען פֿון די וואָכן-טעג זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט גאָר אַן אַנדער קולטור פֿון די אוראַלטע נאָרדישע פֿעלקער. דינסטיק, למשל, איז פֿאַרבונדן על-פּי-קבלה, ווי אויך אין אַ ברייטער ריי פֿון פֿאַרשיידענע וועלט-טראַדיציעס, פֿון גריכנלאַנד ביז יאַפּאַן, מיטן פּלאַנעט מאַרס, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיטן פֿיזישן כּוח און מלחמות. אויף פֿראַנצויזיש און אַ ריי אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן הייסט דינסטיק „מאַרדי‟. צוליב דער פֿאַרבינדונג מיטן בלוט און מידת-הדין, האָבן די חז״ל פֿאַרבאָטן צו מאַכן דינסטיק אַ הקזת־הדם. דאָס ייִדישע וואָרט שטאַמט פֿון טיר אָדער דינגס — דער גאָט פֿון מלחמה און געזעץ אין דער נאָרדישער מיטאָלאָגיע, אַן אַלט-גערמאַנישער „גילגול‟ פֿון מאַרס.
ייִדן טײַטשן אָפּ אַזעלכע ווערטער אויף אַן אייגגאַרטיקן שטייגער, ריין פֿון היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט די אַלטע עבֿודה-זרות. הרבֿ ישׂראל-דוד האַרפּענעס פֿון וויליאַמסבורג, ברוקלין, דערקלערט אין זײַן מיסטיש-אַסטראָנאָמישן ספֿר „ישׂראל והזמנים‟, אַז דינסטיק איז דער טײַטש „דינס-טאָג‟ — צוליב דער פֿאַרבינדונג מיט מאַרס און דעם ענין פֿון „דין‟ אָדער „דינסט‟. דאָס איז דער טאָג, זאָגט דער מחבר, ווען די עובֿדי-עבֿודה-זרה פֿלעגן דינען דעם כּוח פֿון עשׂיו, וואָס זײַן שווערד ווערט אַסאָציִיִרט מיטן רויטן פּלאַנעט. האַרפּענעס באַמערקט, אַז הגם די נעמען פֿון די וואָכן-טעג זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט עבֿודה-זרה, מעג מען זיי דערמאָנען אויף ייִדיש, ווײַל בײַ ייִדן האָבן זיי אַן אַנדער טעם.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז נישט געקוקט אויף דער דאָזיקער דרשה, באַשטעטיקט דער מחבר די אוראַלטע מיטאָלאָגישע מאָטיוון. אַדרבה, ער גיט צו אַן אייגענעם מיטאָלאָגישן שיכט, צונויפֿבינדנדיק פֿאַרשיידענע ווערטער. נישט זײַענדיק אַ לינגוויסט, פֿאַרבינדט ער זײַנע נאַיִווע פֿאָלקס-עטימאָלאָגיעס צו רעאַלע היסטאָרישע פֿאַקטן.
ס׳זעט אויס, אַז מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק זענען בײַ פּשוטע ייִדן געווען פֿאַרשפּרייט אַזעלכע פֿאַרקירצטע באַצייכענונג פֿון צאָלן, ווי „עין-גימל‟ אַנשטאָט „דרײַ און זיבעציק‟. מע טרעפֿט זיי כּסדר אין אַלטע ייִדישע טעקסטן; מסתּמא, זענען זיי אויך געווען גענגלעך אין מויל, און נישט בלויז בכּתבֿ, ווי מע זעט אין די רעקאָרדירטע גבֿית-עדותן, וועלכע גיבן איבער, געוויינטלעך, די פּינקטלעכע ווערטער פֿונעם עדות. צום בײַשפּיל, וואָלט מען אָנגערופֿן 13 גאָלדענע מטבעות „יוד-גימל זהובֿים‟.
מע קאָן זאָגן, אַז אויף ייִדיש זענען פֿאַראַן עטלעכע אַלטערנאַטיווע צאָל-סיסטעמען. ווען עס גייט אַ רייד וועגן די דאַטעס און יאָרן פֿונעם טראַדיציאָנעלן לוח, באַנוצט מען זיך, געוויינטלעך, מיט דער גאָר אַלטער סיסטעם פֿון אַזעלכע אותיות-קאָמבינאַציעס.
עס באַקומט זיך, אַז אַ סך עלעמענטן פֿון ייִדיש, אַרײַנגערעכנט די גערמאַנישע, זענען טאַקע גאָר אַלטע, אין אַ געוויסן זין. די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט שטעלט אַ שטאַרקן טראָפּ אויף דעם אָפּטײַטש פֿון פֿאַרשיידענע ווערטער, אויסדרוקן און אותיות. ווי מע זעט, קאָן אַפֿילו אַזאַ פּשוט וואָרט, ווי „דינסטיק‟, באַגלייט ווערן אין אַ רבנישן ספֿר מיט אַ גאַנץ פּעקל פֿון ספּעציפֿיש-ייִדישע סעמיאָטישע סטרוקטורן, וועלכע „שלעפּן‟ מיט זיך אַרײַן אַ לאַנגע קייט פֿון אַסאָציאַציעס, וועלכע דערגרייכן, צומאָל, אַזש ביז מאַרס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.