מיטוואָך בײַ נאַכט זײַנען פֿון דער ישׂראל־תּפֿיסה באַפֿרײַט געוואָרן 26 פּאַלעסטינער טעראָריסטן, אַרויסגעלאָזט, ווי אַ זשעסט פֿון גוטן ווילן, מצד דער ישׂראל־רעגירונג. בײַ דער רעזידענץ פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע „מוקאַטאַ‟ אין ראַמאַלאַ האָבן זיך צונויפֿגענומען אַרום טויזנט אײַנוווינער צו באַגעגענען די 11 באַפֿרײַטע, וועלכע זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן דירעקט אין די הענט פֿון דער אַדמיניסטראַציע אויף דעם קאָנטראָל־פּונקט „ביתּוניה‟.
די איבעריקע 15 טעראָריסטן פֿון דער אַלגעמיינער ליסטע זײַנען אָנגעקומען קיין עזה, וואָס געפֿינט זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון „כאַמאַס‟, דורכן גרענעץ־פּונקט „ארז‟.
קיין פֿײַערלעכע טרעפֿונג לכּבֿוד די באַפֿרײַטע האָט זיך נישט באַקומען, ערשטנס, צוליב דעם וואָס, קיין ראַמאַלאַ זײַנען זיי אָנגעקומען אַרום 1 אַזייגער בײַ נאַכט, און קיין עזה — מיט אַ שעה שפּעטער; און צווייטנס, האָט די „כאַמאַס‟־אַדמיניסטראַציע פֿאַרווערט פֿײַערלעך אויפֿצונעמען זייערע ברידער, ווי אויך צו פֿאַרשפּרייטן פּלאַקאַטן וועגן דעם. די „כאַמאַסניקעס‟ האַלטן נישט ניט פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן צווישן ישׂראל און „פֿאַטאַך‟, און אַוודאי ניט פֿון דער „ברייטהאַרציקייט‟ פֿון די „ציוניסטן‟.
דער הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, מאַכמוד אַבאַס, האָט דווקא יאָ באַגריסט די באַפֿרײַטע, צוזאַמען מיט די פֿאַרזאַמלטע. „מיר באַגריסן אונדזערע ברידער, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם חושך פֿון תּפֿיסה, צוליב דעם ליכט פֿון פֿרײַהייט. איר זײַט די ערשטע, אָבער עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע אונדזערע ברידער, וואָס וועלן גאָר אין גיכן אַרויסגיין אויף דער פֿרײַ. מיר וועלן נישט לעבן רויִק, ביז זיי וועלן אַלע נישט זײַן צוזאַמען מיט אונדז‟, — האָט געזאָגט אַבאַס. די באַפֿרײַטע האָבן באַזוכט יאַסיר אַראַפֿאַטס קבֿר.
אין דער זעלבער צײַט, ווי אַן ענטפֿער אויף דער „ברייטהאַרציקייט‟ פֿון ישׂראל, איז פֿון עזה אַרויסגעשאָסן געוואָרן אַ ראַקעטע, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף אַן אָפֿענעם שטח פֿונעם רעגיאָנאַנלן נגבֿ־ראַט און קיין היזק נישט געבראַכט.
ווי אַן ענטפֿער, האָט די ישׂראל־אַוויאַציע אַטאַקירט די ראַקעטן־פּונקטן, וואָס האָבן זיך געפֿונען אויף צפֿון פֿון עזה־פּאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.