אַ בוך וועגן סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע

Soviet-Jewish Emigration Re-examined


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 16, 2013, issue of August 30, 2013.

איך האָב פֿאַרענדיקט צו לייענען אַ בוך, וואָס איז ניט לאַנג צוריק אַרויס און הייסט The Jewish Movement in the Soviet Union, „די ייִדישע באַוועגונג אין דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד‟. דער טערמין פֿון „באַוועגונג‟ ווערט אין דער דאָזיקער קאָלעקטיווער פֿאָרשונג און באַשרײַבונג פֿאַרטײַטשט ווי די אָרגאַניזירטע באַמיִונגען אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. אַנדערע באַמיִונגען, צו עמיגרירן קיין אַמעריקע אָדער צו פֿירן אַ קולטור-טעטיקייט אין לאַנד, ווערן אויך דערמאָנט, אָבער אין אַלגעמיין איז דאָס בוך אָנגעשריבן, דער עיקר, פֿון אַ ריין, מע קען אַפֿילו זאָגן, סקאַרבאָוון, ציוניסטישן קוקווינקל.

וואָס האָב איך אַרויסגעטראָגן פֿונעם איבערלייענען די איבער פֿיר הונדערט זײַטלעך? קודם-כּל, אַז די פֿאָרשונג פֿון דעם וויכטיקן קאַפּיטל אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע געפֿינט זיך אין אַ טעמפּן ווינקל. מע פֿילט עס כּמעט אין יעדן טייל פֿונעם בוך. דערמיט, מיין איך, צוויי זאַכן: ערשטנס, הערט מען ניט אויף צו שרײַבן „פּאַרטיייִש‟, האָבנדיק מורא צו באַרירן די אידעאָלאָגישע יסודות, וועלכע זײַנען פֿאַרלייגט געוואָרן אין די יאָרן פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. צווייטנס, האָט מען זייער ווייניק נײַע מאַטעריאַלן. די סאַמע סענסיטיווע, וויכטיקע דאָקומענטן זײַנען נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט אונטער זיבן שלעסער. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט זיך באַקומען אַ בוך, וואָס מאַכט ניט באַזונדערס קליגער, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע ביכער אויף אָט דער טעמע, אָבער קען ברייט גענוצט ווערן אין די אוניווערסיטעטן, בײַם לערנען מיט סטודענטן. בפֿרט נאָך, אַז ס’איז גוט אָנגעשריבן.

דער איינציקער קאַפּיטל, וואָס איז באמת נײַ און דערפֿאַר אינטערעסאַנט, איז מיכאַיִל בייזערס „ווי אַזוי די באַוועגונג האָט מען פֿינאַנסירט‟. בייזער האָט אויך ניט געהאַט קיין צוטריט צו די געהעריקע אַרכיוון, אָבער אים האָט זיך אײַנגעגעבן צונויפֿצוקלײַבן אין איין בילד קליינע פֿראַגמענטן פֿון זכרונות און אַנדערע צוטריטלעכע מאַטעריאַלן. זײַן אייגענע דערפֿאַרונג פֿון אַ לאַנג־יאָריקן „רעפֿיוזניק‟ האָט אים אויך געהאָלפֿן בײַם שרײַבן די דאָזיקע פּיאָנערישע אַרבעט.

אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער „באַוועגונג‟ (טאָמער מע קען עס טאַקע באַשרײַבן מיט אָט דעם טערמין) בלײַבן אָפֿן אַ היפּש ביסל פֿראַגעס. אייניקע פֿון זיי ווערן דערמאָנט דורך די מחברים פֿונעם באַנד. קודם-כּל, וואָס האָט געשאַפֿן דעם הויפּט-יסוד פֿאַר אָט דער באַוועגונג — די אינערלעכע כּוחות אָדער די געלונגענע אַרבעט פֿון די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער? מיר וועלן זיך דערוויסן וועגן דעם נאָר ווען עס וועלן ווערן געעפֿנט די געהיימע סאָוועטישע און די ישׂראלדיקע אַרכיוון-קאָלעקציעס. ווייניק, כּמעט גאָרנישט, איז ניט באַוווּסט, ווי אַזוי די פֿאַרבינדונג צווישן די סאָוועטישע אַקטיוויסטן און זייערע אויסלענדישע שטיצער איז געווען אָרגאַניזירט.

ס’איז שווער אויך אָפּצושאַצן די השפּעה פֿון דער אָרגאַניזירטער באַוועגונג אויף דער עמיגראַציע גופֿא. פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג ווייס איך, אַז ס’רובֿ ייִדן האָבן געהאַט זייער אַ קליינע פֿאַרבינדונג מיט די אַקטיוויסטן. בײַ דער צײַט, ווען איך און מײַנע פֿרײַנד האָבן אָנגעגעבן די דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד, געווען איז עס אין יאָר 1979, האָט קיינער פֿון אונדז ניט געזען קיינעם פֿון די דאָזיקע אַקטיוויסטן. מיר האָבן זיי ניט געדאַרפֿט קענען, כּדי צו באַקומען די אײַנלאַדונגען פֿון כּלומרשטע קרובֿים פֿון ישׂראל. איך האָב באַקומען פֿינף אַזעלכע אײַנלאַדונגען — פֿון אַ גליד-שוועסטערקינד און פֿיר אַנדערע לײַט, וואָס זײַנען מיר געווען לחלוטין ניט באַקאַנט. דערנאָך האָב איך גענומען באַקומען כּלערליי פּעקלעך, סײַ ניצלעכע, סײַ ווייניק ניצלעכע. למשל, איך האָב אַ מאָל געקראָגן אַ טוץ גרויסע פּלאַקאַטן מיט קאָלירטע פֿאָטאָס פֿון כּותל-מערבֿי און ניט געוווּסט, וואָס צו טאָן מיט זיי.

אַ סך ווערט געשריבן אין דער ליטעראַטור, געווידמעט דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע, וועגן דער דערוואַכונג פֿון ייִדישקייט בײַ די ייִדן, וואָס זײַנען קיין „ריכטיקע‟ ייִדן ניט געווען. אָבער די גאַנצע מעשׂה בויט מען אויפֿן סמך פֿון פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון פּראָמינענטע רעפֿיוזניקעס. מע פֿאַרשווײַגט (אָדער מע ווייסט ניט) דעם פֿאַקט, אַז זיי, די צענטראַלע פֿיגורן אין דער באַוועגונג, האָבן אָפֿט מאָל געהערט צו די סאַמע אַסימילירטע, אַפֿילו לויט די מאָסקווער און לענינגראַדער מאָסן, ייִדן. און בײַ אַזעלכע ווי איך, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות, האָט מען אַזאַ „דערוואַכונג‟ ניט געדאַרפֿט האָבן.

הקיצור, עס בלײַבט אַ פֿראַגע וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן דער „באַוועגונג‟ און דעם עולם, וואָס האָט באַשלאָסן אַרויסצופֿאָרן פֿונעם לאַנד. דאָס הייסט ניט, אַז איך וויל, חס-וחלילה, מאַכן קלענער דעם אויפֿטו פֿון די אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן אָפֿט מאָל דורכגעלייגט דעם וועג פֿאַר דעם איבעריקן עולם. איך זאָג נאָר, אַז זייערע געשיכטעס און די געשיכטעס פֿון ס’רובֿ סאָוועטישע ייִדן זײַנען גאַנץ, צי אַפֿילו אין גאַנצן, פֿאַרשיידענע.

אָבער ווען מע לייענט אַזאַ בוך ווי „די ייִדישע באַוועגונג אין דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד‟, זעט מען נאָר די אַקטיוויסטן. דערצו בלײַבט ניט קלאָר, צוליב וואָס האָבן די ייִדן געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. עס קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זיי האָבן עס געטאָן צוליב זייער אויפֿגעוועקטער ייִדישקייט און צוליב די גזירות קעגן זיי. אָבער דאָס איז דאָך אויך ניט ריכטיק אָדער, לכל-הפּחות, ניט תּמיד ריכטיק. אין דער אמתן, פֿלעגט די ייִדישקייט „זיך אויפֿוועקן‟, בדרך-כּלל, שוין מחוץ סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די גזירות זײַנען געצילט געווען, בדרך-כּלל, נאָר קעגן די אַקטיוויסטן.

צי ווייסן מיר, וואָס ס‘האָט באַוועגט אַ ייִד צו ווערן אַן אַקטיוויסט? מיט וואָס איז ער צי זי געווען אַנדערש פֿון אַנדערע סאָוועטישע ייִדן? אינטערעסאַנט וואָלט געווען צו האָבן אַ בילד פֿון דעם, וואָס איז געוואָרן מיט די אַקטיוויסטן, אויף וויפֿל זײַנען זיי צופֿרידן מיט זייער לעבן אין ישׂראל צי נאָך ערגעץ־וווּ. בכלל, ס’איז געקומען די צײַט צו פֿאַרגעסן דעם פּראָפּאַגאַנדיסטישן טייל פֿון דער עמיגראַציע-געשיכטע און אָנהייבן צו רעדן ניט נאָר וועגן די אויפֿטוען, אָבער אויך וועגן ערנסטע פּראָבלעמען. איך קען פֿאַלן, ווען מענטשן זײַנען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. זייער אַ סך משפּחות זײַנען זיך צעפֿאַלן. קינדער און אייניקלעך זײַנען אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן פֿונעם עלטערן דור. צי דאָס אַלץ איז ניט כאַראַקטעריש פֿאַר די אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג?

איך האָב אַ סך טענות צו דעם דאָזיקן בוך; אָבער איך בין אויך צופֿרידן צו האָבן אויף מײַן פּאָליצע דאָס דאָזיקע בוך, וואָס פֿאַרסך-הכּלט אַ תּקופֿה אין דער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט.