פּעטערבורג, רוסלאַנד. — די רוסלענדישע פּראָקוראָרן פֿירן דורך אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ פּראָבלעמאַטיש בוך, כּדי צו באַשליסן, צי מע זאָל עס פֿאַרווערן ווי אַן עקסטרעמיסטיש פּראָפּאַגאַנדע.
בײַם אָנהייב פֿונעם איצטיקן יאָר, האָט זיך אין די רוסישע ביכערקראָמען באַוויזן אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון יאָזעף געבעלסעס ראָמאַן „מיכאַעל‟, באַזירט אויף די זכרונות און געדאַנקען פֿונעם געוועזענעם נאַצי-מיניסטער פֿון פּראָפּאַגאַנדע. די אָריגינעלע דײַטשישע ווערסיע איז אַרויס אינעם יאָר 1923. די וואָך, האָט די פֿעדעראַלע פּראָקוראַטור פֿון פּעטערבורג, די צווייט־גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד, אָנגעהויבן באַטראַכטן, צי מע מעג פֿאַרקויפֿן אַזאַ ווערק.
אין רוסלאַנד, ווערט דער נצחון איבערן דריטן רײַך בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה באַטראַכט ווי אַ גרויסער נאַציאָנאַלער יום־טובֿ. אין זײַן ראָמאַן האָט געבעלס, איינער פֿון די נאָענטסטע פֿון הילטערס געהילפֿן, באַקאַנט מיט זײַן עקסטרעמען אַנטיסעמיטיזם, אויסגעדיקט זײַנע פֿריִיִקע פּאָליטישע פּאָזיציעס. דער פּראָפּאַגאַנדע-מיניסטער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט איבערגענומען בערלין אינעם יאָר 1945.
דאָס שפּעטערדיקע טאָגבוך פֿון געבעלסן, אָנגעשריבן במשך פֿון די לעצטע חדשים פֿאַר זײַן טויט, איז שוין אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער רוסלענדישער אָפֿיציעלער שוואַרצער ליסטע פֿון 2,008 פֿאַרבאָטענע עקסטרעמיסטישע פּובליקאַציעס, צוזאַמען מיט הילטערס „מײַן קאַמף‟. דער פֿאַרלאַג „אַלגאָריטם‟ האָט פֿאַרטיידיקט די פּובליקאַציע פֿונעם בוך און דערקלערט, אַז געבעלסעס ראָמאַן קאָן העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַזאַ אַנטוויקלטע און ציוויליזירטע נאַציע, ווי דײַטשלאַנד, איז פּלוצעם „משוגע געוואָרן‟ און זיך אָנגעשטעקט מיט פֿאַשיזם.
מאַרינאַ ניקאָלאַיעוואַ, אַ וואָרטזאָגערין פֿון דער פּעטערבורגער פּראָקוראַטור, האָט איבערגעגעבן, אַז דערווײַל איז „מיכאַעל‟ נישט פֿאַרבאָטן און ווערט ווײַטער פֿאַרקויפֿט. כּדי צו באַשליסן, צי מע זאָל עס פֿאַרווערן, מוזן די אויספֿאָרשער קודם באַשטעטיקן, אַז דאָס בוך האָט אַן עקסטרעמיסטישן אינהאַלט.
סוועטלאַנאַ גאַנישקינאַ, אַ באַקאַנטע מענטשנרעכט-אַקטיוויסטקע, גלייבט, אַז אַזעלכע ביכער טאָרן נישט פֿאַרשפּרייט ווערן אין אַ לאַנד, וווּ מינאָריטעט-גרופּעס לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע און גוואַלד-מעשׂים. „זאָלן די היסטאָריקער, אַוודאי, האָבן אַ מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט אַזעלכע דאָקומענטן‟, האָט זי דערקלערט, „אָבער צו פֿאַרקויפֿן עס אַזוי ברייט איז אַ סכּנה אין אַ לאַנד מיט אַ שטײַגנדיקער קסענאָפֿאָביע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.