רייטשעל קאָריס נאָמען איז געוואָרן באַקאַנט מיט צען יאָר צוריק, נאָך דעם, ווי ס‘האָט די יונגער אַמעריקאַנער שלום־אַקטיוויסטקע איבערגעפֿאָרן אַ בולדאָזער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי. קאָרי (1979־2003) האָט דעמאָלט דעמאָנסטרירט קעגן די כּסדרדיקע הײַזער-צעשטערונגען פֿון די פּאַלעסטער וווינונגען אין עזה-פּאַס, דורכגעפֿירט דורך דער ישׂראל־אַרמיי. זינט דעמאָלט איז קאָריס נאָמען געוואָרן אַ סינאָנים פֿון העכסטן מענטשלעכן אידעאַליזם, אַרײַנגערעכנט די גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן לטובֿת דעם ערלעכן צוועק פֿון אויפֿבויען אַ שענערע וועלט פֿון שלום און סאָלידאַריטעט.
אין 2005, האָט די דראַמע „מײַן נאָמען איז רייטשעל קאָרי‟ געשטעלט געוואָרן אויף דער ענגלשער בינע, און זינט דעמאָלט איז זי געוויזן געוואָרן איבער דער וועלט און אויף כּלערליי שפּראַכן. די דראַמע „מײַן נאָמען איז רייטשעל קאָרי‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון קאָריס טאָגבוך און בליצבריוו, וואָס אַלאַן ריקמאַן, אַ באַקאַנטער בריטישער אַקטיאָר, און קאַטרין ווינער, אַ בריטישע זשורנאַליסטקע, האָבן אין איינעם רעדאַקטירט. ריקמאַן האָט אויך רעזשיסירט די דראַמע.
די פֿאָרשטעלונג באַשטייט פֿון אַ סאָלאָ-אַקטריסע, וואָס לייענט קאָריס אייגענע שריפֿטן, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע לעבנס-סטאַנציעס. אָנהייבנדיק פֿון איר היימשטאָט אָלימפּיאַ אין וואַשינגטאָן, וווּ זי האָט אויך שטודירט אין קאָלעדזש, שאַפֿט זיך שוין אַ בילד פֿון אירע ערשטע טריט ווי אַן אַקטיוויסטקע; זי קריטיקירט איר טאַטן, מחמת זײַן נעאָ-ליבעראַלישער אַרבעט-שטעלע (איר טאַטע קרייג קאָרי אַרבעט ווי אַן עקזעקוטיוו אין אַ פֿאַרזיכערונג-פֿירמע); און זי שטרעבט פּנים-אל-פּנים זיך צו באַקענען מיט די ווײַטע עקן פֿון דער וועלט, וווּ דער מצבֿ איז ווײַט נישט קיין רויִקער, צוליב דער השפּעה פֿון אַמעריקעס אויסערן־פּאָליטיק. אָט די שטרעבונגען ברענגען זי צום עזה-פּאַס, וווּ זי נעכטיקט אין די היימען פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער, און ווערט שטאַרק גערירט פֿון זייערע געשיכטעס און פֿון זייערע לײַדן אונטער די ישׂראלדיקע באַזיצונג-כּוחות.
נישט צו פֿאַרחידושן זיך, אַז אין די צוויי גרעסטע ייִדישע צענטערס, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת-ישׂראל, האָט די פּיעסע, וואָס ווײַזט ישׂראל ווי אַן אַכזריותדיקן אָקופּאַנט, בײַ די אָרגאַניזירטע ייִדישע רעכטע לאַגערן נישט מוצא-חן געווען. זיי ווילן נאָך אַלץ, אַז ישׂראל זאָל ווײַטער פֿאָרגעשטעלט ווערן ווי אַן אייביקער קרבן. אַן אַנדער בילד, איינס וואָס איז נעענטער צום אמת, איז אַז ישׂראל שפּילט די ראָלע פֿון די קאַובוי, מיט איינער פֿון די מעכטיקסטע אַרמייען אויף דער וועלט, באַוואָפֿנט מיט די סאַמע אַוואַנסירטע קאַמף-מיטלען, קעגן אירע אייגענע אינדיאַנער, די פּאַלעסטינער, מיט זייערע שטיינער און לאָמע ראַקעטן.
אין ניו-יאָרק האָט בלויז דער פּלאַן צו פּראָדוצירן די פּיעסע שוין אַרויסגערופֿן שאַרפֿע פּראָטעסטן מצד די אָרטיקע ייִדישע גרופּעס, וואָס די פֿרײַהײט פֿון אויסדרוק שטייט בײַ זיי נישט צו הויך. דאָס איז געשען אין 2006. צוליב זייערע באַמיִונגען זענען אָפּגעשאַפֿן געוואָרן די פּלאַנירטע אויפֿטרעטונגען אין New York Theatre Workshop. צד־שכּנגד האָט, פֿאַרשטייט זיך, שאַרף זיך קעגנגעשטעלט און באַשולדיקט דעם ניו-יאָרקער טעאַטער אין צענזור. שפּעטער האָט דער ניו-יאָרקער עולם יאָ געקאָנט זען די פּיעסע, אָבער אויף אַן אַנדער בינע.
אַן ענלעכע זאַך איז פֿאָרגעקומען לעצטנס אין ישׂראל, בשעת דער וויצע-מייאָר פֿון דעם ירושלימער שטאָטראָט האָט באַדראָט צו שנײַדן דעם בודזשעט פֿונעם „החאן‟-טעאַטער אין ירושלים, ווײַל דער דאָזיקער טעאַטער האָט געלאָזט „מײַן נאָמען איז רייטשעל קאָרי‟ („קוראים לי רייצ’ל קורי‟ — אויף עבֿרית) פֿאָרצושטעלן אויף זײַן בינע. אַזאַ מין דיקטאַטאָרישער שריט האָט אַרויסגערופֿן אַ קעגנזײַטיקע קאָמפּאַניע, דורכגעפֿירט דורך די גרעסטע נעמען פֿון דער ישׂראלדיקער טעאַטער-וועלט, אונטערן סלאָגאַן: „די ישׂראלדיקע דעמאָקראַטיע וועט געווינען‟.
די ישׂראלדיקע פֿאָרשטעלונג פֿון „מײַן נאָמען איז רייטשעל קאָרי‟ געהערט פֿאַקטיש נישט צום „החאן‟־טעאַטער, נאָר גיכער צו אַ קליינער טעאַטער־גרופּע, וואָס הייסט „הזירה הבין-תּחומית‟. די יונגע אַקטריסע, סיוואַן קערטשנער, שפּילט די ראָלע פֿון רייטשעל קאָרי, און זי שילדערט אין איר סאָלאָ-אויפֿטרעטונג אַ רירנדיקן פּאָרטרעט פֿון דער יונגער קאָרי. אירע ווערטער קלינגען נאַטירלעך אויף עבֿרית, און זי צײַגט איבער, ווי די שיינע און אידעאַליסטישע געשטאַלט, באַשרײַבנדיק אַלע אירע געדאַקנען און שוועריקייטן פֿון געפֿינען זיך אין אַ פֿרעמד לאַנד, אָדער פּשוט פֿון זײַן יונג.
מיר איז אויסגעקומען צו זען די פֿאָרשטעלונג בעת מײַן לעצטן באַזוך אין ירושלים. די צווייטע בינע פֿון „החאן‟ איז געבויט אַזוי, אַז זי זעט אויס כּלומרשט ווי אַ מין הייל. דער קליינער זאַל שאַפֿט אַן אינטימע אַטמאָספֿער; אַ שעה און אַ פֿערטל לעבט מען אין אַן אַנדער רעאַליטעט. עס ווערט געוויזן די מעגלעכקייט פֿון אַ וועלט, וווּ די העכסטע מענטשלעכע אידעאַלן און מאָראַל שטייען העכער און דאָמינירן איבער די פֿאַרשידענע חילוקים צווישן מענטשן, צי זיי זײַנען נאַציאָנאַל־געשטימט, צי רעליגיעז. די פּיעסע אינספּירירט אויך ממשיך צו זײַן מיט קאָריס ירושה, מיטן פֿאַרשטאַנד, אַז איין קאָרי, אָדער איין יחידיחידה, איז גאָר נישט גענוג צו שאַפֿן אַ בעסערע און שענערע וועלט.
ביז איצט פּלאַנירט נאָך איין מאָל פֿאָרצושטעלן די ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון „מײַן נאָמען איז רייטשעל קאָרי‟, אין דעם „יפֿו-טעאַטער‟ (אַן אַראַביש-העברעיִשער טעאַטער), וואָס געפֿינט זיך אויף דער „מפֿרץ שלמה‟ גאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.