מײַן ערשטע נסיעה אין די באַזעצטע שטחים פֿונעם מערבֿ־ברעג האָב איך געמאַכט מיט 4 יאָר צוריק, ווען אַ חבֿר מײַנער האָט דאָרט געלערנט אין אַ ישיבֿה. איך האָב ניט סימפּאַטיזירט מיט די „מתנחלים‟, די ייִדישע קאָלאָניסטן, און אויך ניט געהאַט קיין גרויסן חשק צו פֿאַרברענגען אַ שבת אין דער דאָזיקער ישיבֿה — אָבער ער איז טאַקע געווען אַ גוטער־פֿרײַנד, און איך בין געווען טשיקאַווע צו וויסן, ווי דער מצבֿ זעט דאָרט אויס פֿון דער נאָענט.
ס’איז אפֿשר ניט קיין חידוש, וואָס די בילדער, וואָס מיר באַקומען פֿון די נײַעס־פּראָגראַמען, פֿון כּסדרדיקע פּראָטעסטן און שיסערײַען, האָבן ניט קיין שײַכות מיט דעם, וואָס איך האָב דאָרט געזען. דאָרט וווּ מײַן חבֿר האָט געלערנט האָבן געוווינט דורכויס נאַציאָנאַל־רעליגיעזע מתנחלים; זיי לעבן פֿאַר זיך אין די בערג אין אַן אידיליש־שיינער געגנט צווישן ציכטיקע און גרויסע הינטערשטאָטישע הײַזער און שטילע גאַסן, וווּ עס שפּילן זיך פֿרומע ייִדישע קינדער: אַ קאָמבינאַציע פֿון הערצלס שווייץ־פֿאַנטאַזיע מיט דער ייִדישער ניו־דזשערזי. מע ווייסט, אַז ערגעץ לעבן דאָרט אויך פּאַלעסטינער, אָבער, ברוך־השם, קוים זעט מען זיי פֿאַר די אויגן. צווישן אייגענע פֿילט מען זיך זיכער.
אין אַ געוויסן זינען, האָט די גאַנצע שיינקייט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים נאָך פֿאַרשטאַרקט בײַ מיר די נעגאַטיווע רעאַקציע. ווײַל ווי פּאַסט עס, אַז פֿאַר די ייִדן זאָל זיך דאָרט לעבן אַזוי גוט, בשעת די פּאַלעסטינער אין זייער אייגענעם לאַנד וווינען אין חורבֿות און פּליטים־לאַגערן? די מתנחלים באַמיִען זיך אַרויסצוּווײַזן מיט זייער פֿרײַנדלעכקייט די נאָרמאַלקייט פֿון זייער לעבן, אַז זיי זײַנען דאָרט אין דער היים. אָבער וואָס מער נאָרמאַל זיי לעבן, אַלץ מער שטאַרצט אַרויס דער אומיושר פֿון דער סיטואַציע.
אַזוי האָב איך געמיינט, ביז איך בין מיט אַ וואָך צוריק געפֿאָרן נאָך אַ מאָל אין די שטחים און געזען אַ ביסל, ווי די פּאַלעסטינער גופֿא לעבן. ווי אַ טוריסט, וואָס קומט נאָר אויף איין טאָג, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט מיר געוויזן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע, ניט די ביטערע אָרעמקייט פֿון די פּויערים אין די דערפֿער, אָדער די שווערע מערכה פֿון זייערע אַקטיוויסטן. נאָר דאָס זען אַ ביסל מיט די אייגענע אויגן איז פֿאָרט בעסער ווי ספּעקולירן פֿון דער ווײַטנס.
מײַן גרופּע איז באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון יונגע אייראָפּעיִשע טוריסטן. יונג, ווײַל עלטערע טוריסטן האָבן מסתּמא מורא צו פֿאָרן אין די שטחים, און אייראָפּעער, ווײַל אין אייראָפּע איז מער פֿאַרשפּרייט אַ גרעסערע סימפּאַטיע צו די פּאַלעסטינער. קיין ישׂראלים זײַנען ניט געווען, ווײַל דאָס ישׂראלדיקע געזעץ פֿאַרווערט זייער אַרײַנטריט אין די פּאַלעסטינער געביטן פֿון „זאָנע A‟ — דאָרט וווּ די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ רעגירט מיט דער פֿולער קראַפֿט. צי עס זײַנען געווען נאָך ייִדן אַחוץ מיר אין דער גרופּע, בין איך ניט זיכער — אפֿשר יאָ — ווײַל אין די ערטער האָט קיינער ניט געוואָלט זיך באַרימען מיט זײַן ייִדישקייט.
קודם־כּל, דאַרף מען פּטור ווערן פֿונעם סטערעאָטיפּ, אַז די פּאַלעסטינער וווינען אין חורבֿות און פּלטים־לאַגערן. אונדזער גרופּע האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן איין „לאַגער‟ אַזאַ, וואָס ער זעט אויס אין אַלע פּרטים ווי אַ געוויינטלעכע שטאָט. די אײַנוווינערס שטאַמען טאַקע אָפּ פֿון אמתע פּליטים, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון זייערע היימען אין ישׂראל אין דער צײַט פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה מיט 65 יאָר צוריק; אָבער דערווײַל האָבן זיי זיך דאָרט גוט אײַנגעאָרדנט און זייער סטאַטוס ווי „פּליטים‟ איז געוואָרן אַ געזעצלעכע פֿיקציע, כּדי צו דערמעגלעכן, אַז זיי זאָלן ווײַטער באַקומען הילף פֿון דער „יו־ען‟ און פֿון אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס.
די הײַזער פֿון די פּאַלעסטינער אין די „לאַגערן‟, ווי אויך אין די גרויסע שטעט, זײַנען קענטיק קלענער און אָרעמער ווי די פֿון די מתנחלים, ווי פֿונעם רובֿ ישׂראלים בכלל. אָבער זייער מצבֿ איז פֿאָרט בעסער, ווי מע שטעלט זיך פֿאָר געוויינטלעך אין דער מערבֿ-וועלט. כאָטש די אַרכיטעקטור פֿון די געשעפֿטן און בנינים אין ראַמאַללאַ און בית־לחם איז טאַקע אַ סך מער באַשיידן ווי אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען זיי פֿאָרט אמתדיקע שטעט, וווּ די גאַסן און די מאַרקן פּולסירן מיט לעבן בײַ טאָג און בײַ נאַכט.
די פּאַלעסטינער נעמען אויף פֿרעמדע געסט מיט אַ האַרציקן „וועלקאָם‟ (בײַ זיי איז כּמעט אַלץ פֿאַרטײַטשט אויף ענגליש, בפֿרט אין די טוריסטישע ערטער). מיר זײַנען געקומען באַלד נאָך ראַמאַדאַן, בשעת די פֿיר פֿריילעכע טעג ווען מען אַרבעט ניט, איז די שטימונג געווען אַ ספּעציעל דערהויבענע. ס׳איז אָבער אַ סבֿרא, אַז זיי וואָלטן מיך באַגריסט אַנדערש, ווען איך וואָלט געטראָגן אַ „קיפּה סרוגה‟ (אַ געשטריקטע יאַרמלקע, ווי עס טראָגן די נאַציאָנאַל־רעליגיעזע).
די הויפּט־שטער צו דער פּאַלעסטינער שׂימחה איז אַוודאי דער גרויסער צוים און דער מויער, וואָס טיילן זיי אָפּ פֿון די ייִדישע טעריטאָריעס, ווי אויך די אַלע קאָנטראָלפּונקטן און אַנדערע פֿאַרשטעלונגען, וואָס פֿאַרשווערן זייער פֿאָרן און אַרבעטן אַרום, און אין, די שטחים. אונדזער גרופּע־פֿירער האָט אונדז דערציילט, ווי אַזוי ער דאַרף אויפֿשטיין פֿאַר טאָג, כּדי צו פֿאָרן אין אויסלאַנד, אַדורכגיין דרײַ באַזונדערע קאָנטראָלפּונקטן, איידער ער קומט אָן צו דער יאָרדאַנישער גרענעץ. מיט אַ פּאַלעסטינער פּאַס טאָר מען פֿון ישׂראל ניט אַרויספֿליִען — נאָר פֿון דער יאָרדאַנישער הויפּטשטאָט, אַמאַן, מעג מען.
די פּאַלעסטינער מאַכן אַ רושם מיט די גרויסע קולטור־אוצרות, וואָס געפֿינען זיך אויף זייער קליינטשיקער טעריטאָריע. אין דעם „געבורט־קלויסטער‟ פֿון בית־לחם, למשל, איז ישו מסתּמא ניט געבוירן געוואָרן, אָבער ס׳איז פֿאָרט איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע קירכן אויף דער וועלט. די שטאָט יריחו איז, וויפֿל מען ווייסט, די עלטסטע אויף דער וועלט; צוליב אַ ברונעם האָבן זיך מענטשן דאָרט באַזעצט אויף שטענדיק נאָך מיט 10,000 יאָר צוריק. אין פֿאַרגלײַך מיט יריחו זײַנען רוים און אַטען און ירושלים אַלע אין איינעם שטעטלעך־צוציקעס. ס׳איז אויך דאָ סתּם מאָדנע זאַכן, ווי, למשל, דער קבֿר פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, וואָס ווערט באַוואַכט פֿון צוויי שטרענגע און הויכע פּאַלעסטינער סאָלדאַטן, און ווערט פֿון די פּאַלעסטינער כּסדר פֿאָטאָגראַפֿירט. (אונדזער גרופּע איז געווען ווייניקער פֿאַראינטערעסירט.) ס׳איז קלאָר אַז די פּאַלעסטינער האָבן זייער אַ סך צו געווינען פֿונעם טוריזם, אויב די טוריסטן וועלן בײַ זיי נאָר פֿילן זיך באַקוועם און זיכער.
מיטן געהעריקן באַוואָרעניש, אַז מײַנע אויספֿירן האָבן אַ ריין פּערזענלעכן כאַראַקטער, טראַכט איך, אַז אפֿשר וועט זיך באַשטעטיקן דאָס אַלטע ווערטל: אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל. מיין איך, אַז איך קען דרינגען סײַ גוטס, סײַ שלעכטס פֿון מײַן נסיעה.
דאָס גוטס: די פּאַלעסטינער גייט עס ווײַט ניט אַזוי שלעכט, ווי מע קען מיינען לויט אַ סך נײַעס־באַריכטן און רעפּאָרטאַזשן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעסע. ספּעציעל אין פֿאַרגלײַך מיט די איצטיקע געשעענישן אין סיריע, עגיפּטן און איראַק, קען מען זאָגן, אַז די פּאַלעסטינער האַלטן זיך אויף אַ דרך — לכל־הפּחות אויפֿן מערבֿ־ברעג — און מע קען זיך ריכטן, אַז זייער מצבֿ וועט זיך ווײַטער צו ביסלעך פֿאַרשטאַרקן און פֿאַרבעסערן.
דאָס שלעכטס: דער מצבֿ פֿון די פּאַלעסטינער איז טאַקע ניט גוט, אָבער ער איז פֿאָרט ניט גענוג שלעכט, כּדי צו ווערן אַ ברענענדיקער פּונקט, און כּדי די וועלט זאָל דריקן אויף ישׂראל צו פֿאַרבעסערן די סיטואַציע. די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים קענען ווײַטער אַזוי אָנגיין הינקענדיק אויף קרומע וועגן נאָך צענדליקער יאָרן און קיין מאָל ניט לייזן די פּראָבלעם אָדער מאַכן אַן אמתן שלום. איך האָב מורא, אַז אַזוי וועט טאַקע זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.