דער דיכטער און קינסטלער רפֿאל לעװטשין דע אָליװײראַ, װעלכער איז געשטאָרבן אין שיקאַגע דעם 7טן אױגוסט, איז ביז די סאַמע לעצטע טעג זײַנע פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן פּאָעטישן שליחות. געבױרן אינעם קרימער שטעטל דזשאַנקױע אין 1946, װאָס איז פֿאַראײביקט געװאָרן אינעם פֿרײלעכן סאָװעטישן ייִדישן ליד, איז ער אױפֿגעװאַקסן אין קיִעװ און האָט זיך אױסגעפֿורעמט װי אַ קינסטלער אין מאָסקװע אין די 1980ער יאָרן.
יענע תּקופֿה איז אַרײַן אין דער געשיכטע אונטער דעם נאָמען „סטאַגנאַציע‟. די לעגאַלע סאָװעטישע קולטור איז געװען נודנע און שלעפֿעריק, אָבער אונטער דער דאָזיקער אײבערפֿלאַך האָט זיך געברױזט אַן „אונטערערדיש‟ שעפֿעריש לעבן. אין מאָסקװע האָט זיך לעװטשין באַקענט מיט דער גרופּע דיכטער, װאָס האָט שפּעטער באַקומען עטלעכע נעמען׃ „מעטאַ־רעאַליסטן‟, „מעטאַ־מעטאַפֿאָרסיטן‟, „פּאָסט־פֿוטוריסטן‟. ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען געקומען פֿון דער פּראָװינץ, בפֿרט פֿון דרום־רוסלאַנד און אוקראַיִנע.
זײער דיכטערישן ייִחוס האָבן זײ געצױגן פֿונעם רוסישן פֿוטוריזם און אַװאַנגאַרד פֿון די 1910ער–1920ער יאָרן. אױבן אָן איז בײַ זײ געשטאַנען דער פּאָעטישער כּח־הדמיון, װאָס האָט זיך אױסדריקט אין קאָמפּליצירטע, צומאָל פֿאַרדרײטע און איבערגעדרײטע מעטאַפֿאָרישע און סימבאָלישע אימאַזשן. זײער באָהעמישער לעבנסשטײגער איז געװען אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון זײער פּאָעטיק. פֿון אײן זײַט זײַנען זײ געװען אױסגעשפּראָכענע קעגנער פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קולטור, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן זײ געלעכצט נאָך אָנערקענונג און באַרימטקײט.
דער ליטעראַטור־פֿאָרשער מיכאל עפּשטײן, הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר אין „עמאָרי־אוניװערסיטעט‟ אין אַטלאַנטע, האָט בשעתּו אַזױ באַשריבן דעם תּמצית פֿון מעטאַ־רעאַליזם׃ „דאָס איז אַ װירקלעכקײט, װאָס אַנטפּלעקט זיך הינטער דער מעטאַפֿאָר, אױף יענעם באָדן, װוּ די מעטאַפֿאָר טראָגט איבער איר טײַטש‟. די מעטאַ־רעאַליסטן זײַנען געװען אױסן צו באַשאַפֿן דורך אירע װערק אַן אײגענע, פֿאַנטאַסטישע, רײַכע און פֿיל־קאָלירטע װעלט, װאָס זאָל פֿאַרבײַטן דעם גרױען זומפּ פֿון דער סאָװעטישער טאָג־טעגלעכקײט.
„מיר בױען אַ בבֿל־טורעם פֿון קולטור, און מע פּרוּװט אונדז אַרײַנטרײַבן אױפֿן בױפּלאַץ פֿון דער פֿעסטונג פֿון ציװיליזאַציע‟, האָט לעװטשין אַזױ דערקלערט דעם שליחות פֿונעם דיכטער. אין שיקאַגע, װוּ ער איז געקומען אין 1991 װי אַ פּליט, איז ער פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן באָהעמישן לעבנסשטײגער. „דאָס איז אַ פּרעכטיקע שטאָט!‟ — זאָגט ער — „אַמאָל איז דאָס געװען די שטאָט פֿון אַרבעטער און ׳גענגסטערס׳; הײַנט איז דאָס די שטאָט פֿון דער קינסטלערישער באָהעמע. װען איך האָב דערזען אַ פּאָליציאַנט מיט אַ פּאָנק־פֿריזור, האָב איז פֿאַרשטאַנען, אַז די דאָזיקע שטאָט איז מײַנע.״
די מעטאַ־רעאַליסטן האָבן געהאַט אַ צד־שכּנגד אין דער אומאָפֿיציעלער רוסישער קולטור פֿון יענער צײַט׃ די „קאָנצעפּטואַליסטן‟. דאָס זײַנען געװען איראָנישע סקעפּטיקער, װאָס האָבן, לױט עפּשטײן, „פֿאַנאַנדערצעשפּאָלטן אַלע גאַנצקײטן און אַנטפּלעקט זײ װי אַ ליגנערײַ‟. די קאָנצעפּטועלע דיכטונג איז געװען שאַרפֿזיניק און שפּילעװדיק, פֿול־געפּאַקט מיט רמזים און אַלוזיעס אױף דער קלאַסישער ליטעראַטור. זײ האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר די, װאָס זײַנען געקומען „נאָך אַלעמען‟, כּדי אונטערצופֿירן די סאַמע לעצטע סך־הכּלען פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. די מעטאַ־רעאַליסטן האָבן געגלױבט אין דעם דיכטערישן מעשׂה־בראשית, בעת די קאָנצעפּטואַליסטן האָבן אַנאַטאָמירט די פּוסטקײט פֿון דער טױטער טראַדיציע.
עס איז ניט קײן חידוש, װאָס נאָך דער מפּלה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט זײַנען די קאָנצעפּטואַליסטן אַרױס װי געװינער. זײער איראָנעש־טרוקענער װעלטבאַנעם האָט זיך בעסער צוגעפּאַסט צו באַשרײַבן דעם אַבסורד פֿון דער פּאָסט־סאָװעטישער װירקלעכקײט. דער אָנפֿירער פֿון מעטאַ־רעאַליסטן אַלעקסײ פּאַרשטשיקאָװ האָט זיך געלאָזט קײן סטענפֿאָרד צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט װעגן זײַן קעגנער, דעם ראָש פֿון קאָנצעפּטואַליסטן דמיטירי אַלעקסאַנדראָװיטש פּריגאָװ. „ס׳טײַטש?‟ האָט בײַ אים דעמאָלט אַ פֿרעג געטאָן לעװטשין. פּאַרשטשיקאָװ האָט ענטפֿערט — ״װײַל דאָס איז גרינגער פֿאַר אַלץ! אָבער אין דער אמתן װעל איך אים קײן מאָל ניט אָנערקענען פֿאַר אַ דיכטער, פּונקט אַזױ װי דו.‟
לעװטשין איז געװען טיף פֿאַרטאָן אין מיטאָס. ער איז געבױרן געװאָרן אין קרים, אַ טרעפֿפּונקט פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און ציװיליזאַציעס. „מײַן מאַמע האָט מיך אָנגערופֿן רפֿאל, לכּבֿוד דעם קינסטלער ראַפֿאַעל סאַנטי. דער שורש ׳לעװ׳ אין מײַן פֿאַמיליע־נאָמען מײנט, אַז איז שטאַם פֿון לויים, און דער צונאָמען ׳דע אָליװײראַ׳ הײסט, אַז אונדזערע אָבֿות זײַנען געװען פּאָרטוגעזישע ייִדן, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער אינקװיזיציע‟. זײַן שאַפֿונג איז באַלעבט מיט אוראַלטע מיטאָלאָגישע געשטאַלטן, װאָס לעבן װײַטער אין דער הײַנטיקער צײַט. זײַנע העלדן װאַנדערן איבער צײַטן און לענדער, פֿונעם אַלטן רױם ביז הײַנטקן שיקאַגע. „ליטעראַרישע אַסאָציאַציעס זײַנען סודותדיק און טרױעריק, אָבער אױך פֿײַערלעך, װי דער דיריזשאַבל. דאָס װאָרט איז ניט מער װי אַ שאָלעכץ אַרום דער מײנונג.‟
לעװטשין האָט פֿײַנט געהאַט די קאָנצעפּטואַליסטן פֿאַר דעם, װאָס זײ האָבן דערקלערט דעם סוף פֿון פּאָעזיע — „פֿאַר מיר איז פּריגאָװ אין אַ געװיסן זין ערגער אײדער סטאַלין און היטלער. יאָ, זײ האָבן אומגעבראַכט אַ סך מענטשן, אָבער זײ האָבן ניט בדעה געהאַט אױסצוהרגענען דעם טאַלאַנט גופֿא.‟ ביזן לעצטן טאָג זײַנעם איז לעװטשין פֿאַרבליבן אַ חסיד פֿון שעפֿערישער פֿרײַהײט. פֿאַר אים איז אינטערנעץ געװען אַ נײַער גילגול פֿונעם אַלטן סאָװעטישן „סאַמיזדאַט‘. צען טעג פֿאַר זײַן טױט האָט ער איבערגעלאָזט די לעצטע נאָטיץ אין זײַן בלאָג — „חבֿרה, דאַווענט פֿאַר אונדז! מיר נײטיקן זיך זײער אין אײַער הילף!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.