ווען מע רעדט וועגן עפּעס אַ צו שווערן אויפֿטו, וואָס פֿאָדערט אַן אומגעוויינטלעך גרויסן כּוח, זאָגט מען אויף ייִדיש, אַז כּדי דאָס דורכצופֿירן, מוז מען זײַן „פֿריש, געזונט און משוגע‟. אינעם דאָזיקן אויסדרוק שטעקט אַ פּאַראַדאָקס. הגם די קאָמבינאַציע פֿון געזונט און משוגעת קאָן קלינגען ווי אַן אָקסימאָראָן, איז טאַקע פֿאַראַן אַזאַ זאַך, ווי אַ געזונטע מאָס פֿון משוגעת. אַדרבה, ווען דער חב״ד־רבי יוסף-יצחק שניאורסאָן איז ניפֿטר געוואָרן און זײַן איידעם, דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, האָט איבערגענומען די רביסטווע, איז זײַן ערשטער חסידישער מאמר געווען געווידמעט דער זעלבער טעמע, וואָס זײַן שווער האָט באַהאַנדלט גלײַך פֿאַר זײַן פּטירה — דער ענין פֿון „שטותא דקדושה‟, דער הייליקער שטות. די דאָזיקע טעמע איז שפּעטער געוואָרן אַן אָנגייענדיקער לייטמאָטיוו אינעם ליובאַוויטשער חסידות.
מיט אַ סך יאָר פֿריִער, האָט דער רבי נחמן בראַצלעווער, איינער פֿון די טיפֿסטע און גרעסטע חסידישע דענקער, געגעבן זײַנע חסידים אַן עצה צו מאַכן זיך בכּיוון משוגע פֿון צײַט צו צײַט, כּדי צו באַפֿרײַען אַ געוויסן גײַסטיקן פּאָטענציאַל. די קלאַסישע מיטל-עלטערלעכע מקובלים האָבן אויך באַשריבן פֿאַרשיידענע מיסטישע שׂכל-צושטאַנדן, וועלכע פֿאַר אַ דרויסנדיקן מענטש קאָנען אויסזען ווי אַ בפֿירושער פּסיכאָז. די חז״ל דערקלערן אין גמרא, אַז ווען אין דער וועלט איז נישטאָ קיין נבֿיאים, בלײַבט די נבֿואה בײַ קליינע קינדער און שוטים.
געוויסע אַנדערע קולטורן שאַצן פֿאַרשיידענע מינים משוגעת נאָך שטאַרקער, ווי די חסידים. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מערבֿדיקער קאַטוילישער קירך, וועלכע האָט באַטראַכט משוגעת ווי אַ סימן פֿון טײַוולאָנישע כּוחות, אָנערקענען די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קריסטן דעם ענין פֿון הייליקע משוגעים. אין דער טראַדיציאָנעלער רוסישער קולטור שפּילן אַזעלכע מענטשן אַ וויכטיקע ראָלע. צום בײַשפּיל, טראָגט די באַרימסטע צערקווע אין מאָסקווע, וועלכע שטייט אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟ לעבן דעם קרעמל, דעם נאָמען פֿונעם „וואַסילי דעם גליקלעכן‟, וועלכער איז פֿאַרהייליקט געוואָרן אין דער רוסישער טראַדיציע דווקא פֿאַר זײַנע מיסטישע כּמו-משוגענע מעשׂים. אַ צאָל רוסישע סעקטעס פֿון אַזוי־גערופֿענע „גײַסטיקע קריסטן‟ זענען באַגרינדעט אויפֿן יסוד פֿון „הייליקע משוגעתן‟.
אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט איז פֿאַרשפּרייט אַ שטאַרקער פֿאָראורטל קעגן מענטשן, וועלכע פֿירן זיך אויף „נישט נאָרמאַל‟, לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דער „נאָרמאַלער‟ געברויך-געזעלשאַפֿט. צו זאָגן, אַז עמעצער איז סתּם משוגע, אָדער צוליב שיכּרות צי נאַרקאָטישע שטאָפֿן, ווערט באַטראַכט ווי אַ באַליידיקונג. אין די לעצטע יאָרן, האָט זיך אין אַמעריקע פֿאַרשפּרייט די טענדענץ אַרײַנצושרײַבן אַלץ מער וואַריאַנטן פֿון דער מענטשלעכער אויפֿפֿירונג אין דער קאַטעגאָריע פֿון פּסיכישע קראַנקייטן. מיט דרײַ חדשים צוריק איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די נײַע, פֿינפֿטע ווערסיע פֿונעם מעדיצינישן קאָדעקס „DSM‟, וווּ עס ווערן דעפֿינירט און באַשריבן אַלע מינים פֿון „אומנאָרמאַלקייט‟.
נישט אַלע מענטשן, אַרײַנגערעכנט אייניקע פּסיכיאַטערס, זענען צופֿרידן מיט די דאָזיקע טענדענצן. דעם 13טן אויגוסט, האָט סעט פֿאַרבער, אַ ניו־יאָרקער דאָקטער-פּסיכיאַטער, באַקאַנט מיט זײַן שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט צו דער הײַנטיקער סיסטעם פֿון פּסיכיאַטריע, אויפֿגעטראָטן מיט אַן אינטערעסאַנטער רעדע וועגן דעם אין אַ שמועס מיטן קאָנטראָווערסאַלן ראַדיאָ-אַקטיוויסט אַלעקס דזשאָנס. אַ סך מענטשן קריטיקירן דזשאָנס פֿאַר זײַנע קאָנסערוואַטיווע פּאָזיציעס און קאָנספּיראַציע-טעאָריעס. פֿונדעסטוועגן, שמועסט ער אָפֿט אויף גאַנץ חידושדיקע און אַקטועלע סאָציאַל-פּאָליטישע טעמעס.
לויט פֿאַרבערן, שטעקן אין דער הײַנטיקער פּסיכיאַטרישער סיסטעם אַ גאַנצע ריי סכּנות. די גרויסע פֿאַרמאַצעווטישע קאָרפּאָראַציעס זענען פֿאַראינטערעסירט אינעם פֿאַרקויפֿן זייערע רפֿואות; די דאָקטוירים זענען פֿאַראינטערעסירט אינעם אויסצושרײַבן די מעדיקאַמענטן, כּדי צו פֿאַרדינען מער געלט. ווי אַ רעזולטאַט, שטרעבן די מעדיצינישע אינסטאַנצן אַרײַנצושרײַבן וואָס מער ענינים אין דער „שוואַרצער ליסטע‟ פֿון פּסיכישע פּראָבלעמען. פֿאַרבער טענהט, אַז צוליב דעם באַקומען מיליאָנען קינדער און דערוואַקסענע אומגעזונטע און ממש סכּנותדיקע רפֿואות.
דער דרוק פֿון די קאָרפּאָראַציעס קומט בשותּפֿות מיטן פּחד פֿאַר דער מלוכה און די אַרבעט-געבער. אויב עמעצער פֿירט זיך צומאָל אויף אַ ביסל מאָדנע, לויט די הויפּטשטראָמיקע סטאַנדאַרטן, לויפֿט ער צו אַ פּסיכיאַטער, כּדי נישט פֿאַרלירן זײַן אַרבעט אָדער, חלילה, די קינדער. פּסיכיאַטריע האָט אויך געדינט, ווי באַקאַנט, ווי אַ מיטל פֿון רדיפֿות אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, און דינט גענוג אָפֿט אין דער הײַנטיקער אַמעריקע. אַ שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט צו אָפֿיציעלע אינסטאַנצן קאָן דיאַגנאָזירט ווערן ווי אַן „אַנטי-סאָציאַלע קראַנקייט‟.
פֿאַרבער ברענגט קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע סיטואַציעס. די סאָציאַלע דינסטן, צוזאַמען מיט אַ געריכט, האָבן זיי אַמאָל באַטראַכט, צי די מלוכה זאָל אָפּנעמען אַ קינד בײַ אַ געוויסער פֿרוי, ווײַל זי האָט שטאַרק מורא געהאַט פֿאַר די רעגירונג-אינסטאַנצן און מוז דערפֿאַר האָט זי געזאָלט זײַן אַ „משוגענע‟. פֿאַרבער האָט זי געפּרוּווט צו פֿאַרטיידיקן און דערקלערט, אַז ס׳איז נאַטירלעך פֿאַר אַ מאַמע צו זײַן איבערגעשראָקן, ווען די מאַכט באַטראַכט דעם גורל פֿון איר קינד. די ריכטער האָבן געמאָלדן, אַז דער דאָקטער אַליין איז אָנגעשטעקט מיטן „נישט-נאָרמאַלן‟ אומצוטרוי צו דער רעגירונג, און באַשלאָסן אָפּצונעמען דאָס קינד.
דער „פּסיכיאַטער-דיסידענט‟, ווי ער רופֿט זיך אָן אויף זײַן וועבזײַט, גייט נאָך אַ סך ווײַטער אין זײַן קריטיק. ער האַלט, אַז אין אַ סך פֿאַלן איז משוגעת אַ טײַערע מתּנה פֿון הימל. אַנשטאָט צו דערשטיקן מיסטישע וויזיעס מיט אומגעזונטע מעדיקאַמענטן, מוז מען שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ מענטשן — אַרײַנגערעכנט די משוגענע — וועלן זיך פֿילן פֿרײַ און באַקוועם. פֿאַרבער באַטייליקט זיך אַקטיוו אין אַ צאָל באַוועגונגען, וואָס פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון משוגעים.
די פּסיכיאַטערס קאָנען סײַ-ווי-סײַ נישט, טענהט פֿאַרבער, דיאַגנאָזירן קלאָר אַפֿילו אַזאַ קראַנקייט, ווי שיזאָפֿרעניע. דער פּסיכאָלאָג דייוויד ראָזענהאַן האָט אַמאָל דורכגעפֿירט אַ באַרימטן עקספּערימענט מיט אַ גרופּע געזונטע מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר משוגעים און האָבן זיך געוועדנט צו אַ דאָקטער. הגם שפּעטער האָבן זיי אויסגעזאָגט, אַז דאָס איז געווען בלויז אַן עקספּערימענט, האָבן די דאָקטוירים זיי נישט געגלייבט, ווײַל זיי האָבן זיי שוין געשטעלט אַ דיאַגנאָז.
פֿאַרבער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי ביכער וועגן דעם ענין פֿונעם „הייליקן משוגעת‟ און די חסרונות פֿון דער הײַנטיקער פּסיכיאַטריע, ווי אויך אַ זאַמלונג שמועסן מיט ייִדישע קעגנער פֿון ציוניזם, אַרײַנגערעכנט די לינקע ראַדיקאַלן און רבנים פֿון נטורי-קרתּא. פֿון וואַנען נעמט זיך בײַ אים אַזאַ אומגעוויינטלעכע קאָמבינאַציע פֿון אינטערעסן?
אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט פֿאַרבער דערציילט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה. זײַענדיק אַ תּלמיד אין אַ שול, איז ער געוואָרן אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט און אָנגעהויבן קעמפֿן קעגן דער וויעטנאַמער מלחמה. דעמאָלט האָט ער זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט מאַרקסיזם, בפֿרט מיט משיחישע געדאַנקען פֿונעם פֿילאָסאָף הערבערט מאַרקוזע, מיט אַנטאָן פּאַנעקוקס ראַטן-קאָמוניסטן און די אידעען פֿון די „נײַע לינקע‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט בודיזם, און דערנאָך מיט הינדויִזם.
זײַן זיידע, אויך אַ דאָקטער, וועלכער פֿלעגט כּסדר גיין דאַוונען אין אַ רעפֿאָרם-שיל, האָט שפּעטער פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו רעליגיע. זײַן אייניקל האָט אַמאָל געשמועסט מיט אים וועגן די גילגולים; האָט דער זיידע געענפֿטערט, אַז די וויסנשאַפֿט האָט „דערוויזן‟, אַז ס׳איז אַלץ שטותים. מיט עטלעכע חדשים נאָכן זיידנס פּטירה, גלײַך נאָך ראָש-השנה, איז דער זיידע געקומען צום אייניקל אין חלום און דערציילט, אַז זײַן אייניקל איז געווען גערעכט וועגן דעם עולם-הבא און געבעטן אים צו בלײַבן אַ ייִד.
שפּעטער, ווען ער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ קיין ניו-יאָרק, האָט ער אָבער נישט געקאָנט געפֿינען אַ שיל, וואָס וואָלט באַפֿרידיקן זײַנע משיחישע רוחניותדיקע זוכענישן. דעמאָלט האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פֿאַרשיידענע מיסטישע און פּראָגרעסיווע קריסטלעכע גרופּעס, בלײַבנדיק פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. סוף-כּל-סוף, האָט דערקלערט פֿאַרבער, האָט די קריסטלעכע רעליגיע זיך אָנגעהויבן ווי אַ ייִדישע באַוועגונג.
אַחוץ דער קריטיק פֿון דער ישׂראל-אָקופּאַציע, האָט פֿאַרבער אַן אַנדער טענה קעגן ציוניזם. ייִדישקייט איז תּמיד געווען דורכגעזאַפּט מיט דערהויבענע משיחישע וויזיעס און געדאַנקען; ייִדן זענען געווען דער משיחישער אַוואַנגאַרד פֿון דער גאַנצער וועלט. ציוניזם האָט עס, אָבער, אונטערגעריסן.
פֿאַרבער זאָגט, אַז ער האַלט דעם אינדישן מיסטיקער שרי אָראָבינדאָ פֿאַרן גרעסטן מאָדערנעם משיחישן דענקער; ער איז געווען פֿאַרחידושט, ווען איך האָב אים דערציילט, אַז איך בין אויך באַקאַנט מיט דער „אינטעגראַלער יאָגע‟ און אָנגעשריבן מיט אַ יאָר צוריק אַן אַרטיקל וועגן אָראָבינדאָ און קבלה אינעם „פֿאָרווערטס‟.
לויט פֿאַרבערן, ליגט אינעם דערמאָנטן ייִדישן אויסדרוק אַ טיפֿע חכמה. כּדי דורכצופֿירן אַ משיחישע רעוואָלוציע, צו פֿאַראייניקן רוחניות מיט גשמיות, גובֿר צו זײַן דעם אומיושר און צו אַנטפּלעקן געטלעכקייט אין דער וועלט, מוז מען טאַקע זײַן „פֿריש, געזונט און משוגע‟. דווקא אַזעלכע מענטשן, וואָס די הײַנטיקע געזעלשאַפֿט באַטראַכט ווי „אומנאָרמאַלע‟, און נישט די, וואָס „קוקן די גאַנצע צײַט אויף ספּאָרט-פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע, ווי ראָבאָטן‟, שטייען, לויט פֿאַרבערן, אויפֿן שפּיץ פֿונעם גאולה־פּראָצעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.