מיט 85 יאָר צוריק, אין 1928, האָט די אַרבעט געברענט אונטער די הענט פֿון די ערשטע איבערוואַנדערער קיין ביראָבידזשאַן. זינט אַפּריל חודש פֿון יענעם יאָר האָבן זיי אָנגעהויבן קומען אין דעם ווילדן עק וועלט, וווּ מע האָט פּלאַנירט אויפֿצובויען אַ סאָוועטיש-ייִדישע רעפּובליק. מע קען ניט זאָגן, אַז מע האָט דאָרטן גאָרנישט ניט אויפֿגעבויט — ס’איז, סוף-כּל-סוף, אויסגעוואַקסן די שטאָט ביראָבידזשאַן און אַ היפּש ביסל קלענערע ייִשובֿים אויך. (אייניקע פֿון זיי זײַנען הײַנט, צום באַדויערן, פֿאַרגאָסן געוואָרן — אַן אמתער מבול האָט זיך געמאַכט אין יענע מקומות, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין כינע.) אָבער קיין רעפּובליק האָט זיך פֿון דעסטוועגן ניט באַקומען.
אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ טייל פֿון רוסלאַנד, האָט תּמיד געוווינט נאָר זייער אַ קליינטשיקער טייל פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד. אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, אַז ביראָבידזשאַן האָט קיין שום ראָלע ניט געשפּילט אין דעם ייִדישן לעבן. די ראָלע איז דווקא געווען אַ ממשותדיקע, ווײַל ביראָבידזשאַן איז געשטעלט געוואָרן אין דעם סאַמע צענטער פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי די ייִדן.
אין קורצן האָט די פּאָליטיק געקלונגען אַזוי: אויב איר ווילט געניסן פֿון ייִדישער קולטור, טאָ פֿאָרט געזונטערהייט קיין ביראָבידזשאַן, דאָרטן איז „אײַער לאַנד‟. אַן אַנדער זאַך, אַז דאָרטן האָט מען די ייִדישע קולטור געקענט באַקומען נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער, אָבער אַן אָנשטעל האָט מען יאָ געמאַכט. אַפֿילו דעם הויפּט-רבֿ פֿאַר מאָסקווע האָט מען גענומען פֿון ביראָבידזשאַן. אַ סבֿרא, אַז די פֿאַרבינדונג מיט ביראָבידזשאַן האָט געהאָלפֿן דעם דיכטער אַהרן ווערגעליס צו באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט-רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
אָבער דאָס איז אַלץ מעשׂיות פֿון די אַמאָליקע, סאָוועטישע צײַטן. עס פֿילט זיך ניט, מע זאָל הײַנט פֿירן ווײַטער די נאַרישע פּראָפּאַגאַנדע מכּוח דער „סאָוועטיש-ייִדישער מלוכישקייט‟ אין דעם ווײַט-מיזרחדיקן ווינקל פֿון רוסלאַנד. ס’איז אַ געגנט, וואָס היסטאָריש האָט אַ שײַכות צו אַן אוטאָפּישן פּלאַן פֿון באַזעצן ייִדן דאָרטן, וווּהין ס’איז בכלל שווער צו פֿאַרנאַרן אַ בשׂר-ודם. דאָס איז דאָך אַן אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם פֿאַר רוסלאַנד — די מדינה פֿאַרנעמט אַ ריזיקע טעריטאָריע אין דעם אַזיאַטישן קאָנטינענט, אָבער די באַפֿעלקערונג איז דאָרט זייער אַ שיטערע, דורכשניטלעך, וווינען בלויז צוויי מענטשן אויף יעדן קוואַדראַט-קילאָמעטער. טראָגט מען זיך שטענדיק אַרום מיט כּלערליי אײַנפֿאַלן, ווי אַזוי צוציִען אַהין מער תּושבֿים.
אַ גוואַלדיקער מײַסטער אויף אומפּראַקטישע אײַנפֿאַלן איז דמיטרי מעדוועדיעוו, וואָס האָט באַוויזן צו זײַן דער רוסישער פּרעזידענט, און איצט איז ער דער פּרעמיער-מיניסטער. מיט זײַן נאָמען איז, אַ שטייגער, פֿאַרבונדן אַ נײַע סיסטעם פֿון צײַט-זאָנעס אין רוסלאַנד, און אַ סך, צי אַפֿילו ס’רובֿ, רוסן זײַנען מיט אָט דער אינאָוואַציע לחלוטין ניט צופֿרידן. אונטער זײַן השגחה האָט מען אויך געפּרוּווט, און דאַכט זיך, מע פּרוּווט נאָך אַלץ, צו שאַפֿן אַן אוניקאַלן אַקאַדעמישן צענטער „סקאָלקאָוואָ‟; מע ברענגען אַהין באַרימטע געלערנטע פֿון דער גאָרער וועלט. אָבער דערווײַל איז פֿון דעם פּראָיעקט אַרויס זייער ווייניק, כאָטש עס האָט שוין אויפֿגעגעסן זייער היפּשע געלטער.
ניט לאַנג צוריק האָט מעדוועדיעוו אונטערגעהאַלטן אַ פּראָגראַם, וואָס איז געצילט אויף אַראָפּצוברענגען פֿון אויסלאַנד אײַנוווינער פֿאַר דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דער פּלאַן איז אויסגערעכנט אויף די קומענדיקע עטלעכע יאָר, ביז 2017. מע האָפֿט אַריבערצוברענגען 555 איבערוואַנדערער, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות, בסך־הכּל 2,220 נפֿשות.
די פּרעסע שרײַבן, אַז יעדער איבערוואַנדערער וועט באַקומען אַ שטיצע אַרום אַכט טויזנט דאָלאַר. דאָ מוז איך גלײַך וואָרענען די לייענער, וועלכע וועלן אפֿשר גלײַך אָנהייב צונויפֿפּאַקעווען זייערע וואַליזקעס: דאָס הייסט ניט, אַז יעדער אויסלענדער קען קומען קיין ביראָבידזשאַן לויט דער דאָזיקער פּראָגראַם. די רייד גייט נאָר וועגן „מיט-בירגער‟, וואָס מיינט, אַ פּנים, געוועזענע בירגער פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די רייד גייט אויך ניט ספּעציפֿיש וועגן קיין ייִדישער מיגראַציע.
וואָס זשע האָט זיך דערווײַל פֿון דעם אַלץ באַקומען? די פּרעסע דערציילט וועגן אַ ישׂראלדיקן בירגער, וואָס וויל זיך לאָזן אין דעם ווײַטן וועג אַרײַן. קיין שום פּרטים וועגן דעם זײַנען ניט באַוווּסט. איז ער (צי זי) אַ געוועזענער ביראָבידזשאַנער תּושבֿ? ווי אַלט איז דער דאָזיקער פּאַרשוין? צי האָט אים שוין באַטראַכט אַ דאָקטער — אַ פּסיכיאַטער, למשל?
אַזוי צי אַזוי, און אויב דער דאָזיקער איבערוואַנדערער איז ניט אויסגעטראַכט געוואָרן, האָט די ביראָבידזשאַנער פּראָגראַם שוין אַ פּאָטשאַטיק. טראַכט זיך נאָר אײַן, אַ מענטש פֿאָרט, צי איז שוין געקומען, אַזש פֿון ישׂראל! עס בלײַבט איצט גאָר אַ קלייניקייט: צו געפֿינען נאָך 554 בעלנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.