אַנטווערפּן, בעלגיע. — נײַע רעגירונג-רעגולאַציעס אין בעלגיע רײַסן אונטער די פּעדאַגאָגישע אויטאָנאָמיע פֿון די חרדישע שולן אין אַנטווערפּן, אַרויסרופֿנדיק אַ דעבאַטע צווישן די אָרטיקע פֿרומע ייִדן וועגן דער בילדונג-סיסטעם.
דעם הײַנטיקן זומער, האָט די פֿלעמישע רעגירונג באַשלאָסן, אַז סײַ די מלוכיש-סובסידירטע, סײַ די פּריוואַטע ייִדישע שולן, מוזן אײַנשליסן אין זייערע שול-פּראָגראַמען אַזעלכע דיסציפּלינען, ווי עוואָלוציאָנערע ביאָלאָגיע, מענטשלעכע געשלעכט-רעפּראָדוקציע און אַנדערע ענינים, וואָס דער אָרטיקער חרדישער ציבור פֿון אַרום 18,000 נפֿשות באַטראַכט ווי טרייף-פּסולע.
אָנהייבנדיק פֿונעם איצטיקן יאָר, וועלן די שולן פֿאַרלירן הונדערטער טויזנטער אייראָס פֿון יערלעכע מלוכישע סובסידיעס, אויב זיי וועלן זיך אָפּזאָגן אײַנצופֿירן די דערמאָנטע דיסציפּלינען. אַחוץ דעם, וועט מען אויך צווינגען די פּריוואַטע שולן, וועלכע באַקומען נישט קיין געלט פֿון דער רעגירונג, צו פֿאַרהערן זייער קינדער לויט די וועלטלעכע בילדונג-סטאַנדאַרטן. אויב אַ קינד וועט צוויי מאָל דורכפֿאַלן אַן עקזאַמען, מוז ער אַריבערגיין אין אַ מלוכיש-אָנערקענטער שול.
אַ סאַטמאַרער חסיד מיטן נאָמען מנחם, אַ טאַטע פֿון אַכט קינדער, האָט דערקלערט, אַז פֿאַר זײַן משפּחה מיינט עס, אַז זײַנע קינדער וועלן נישט קאָנען זיך לערנען ווײַטער אין בעלגיע. ער פּלאַנירט צו שיקן זיי קיין ענגלאַנד. הגם דאָס וועט זײַן שווער, האָט דערקלערט מנחם, קאָן ער נישט דערלאָזן „צו באַשמוצן דעם מוח‟ פֿון זײַנע קינדער.
במשך פֿון אַ סך יאָרן, האָבן די חרדים אין אַנטווערפּן זיך געפֿילט רויִק, ווײַל די מלוכה האָט זיך ביז הײַנט נישט אַרײַנגעמישט אין דער בילדונג-סיסטעם פֿון די צענדליקער אָרטיקער פֿרומע שולן. לעצטנס, אָבער, האָט די רעגירונג באַשלאָסן זיך יאָ אַרײַנצומישן. די קריטיקער פֿון דער באַגרענעצטער חרדישער בילדונג טענהן, אַז דאָס איז די סיבה פֿונעם אומגעוויינטלעך הויכן אָרעמשאַפֿט־ניוואָ צווישן די חרדים.
במשך פֿון 50 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָבן די אַנטווערפּענער ייִדן נישט געמוזט באַקומען אַ געהעריקע וועלטלעכע בילדונג צו קריגן אַ גוטע פּרנסה; די גאַנצע אינדוסטריע פֿון די שטאָטישע דימענט-געשעפֿטן האָט באַזאָרגט אַ סך פֿון זיי מיט אַ גוט-באַצאָלטער אַרבעט, וועלכע האָט געפֿאָדערט בלויז מינימאַלע ידיעות. לעצטנס, אָבער, איז אַ גרויסער טייל פֿון דער בעלגישער דימענט-האַנדלערײַ אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין אַנדערע לענדער.
הילדע ווינען, וועלכע האָט געאַרבעט במשך פֿון 11 יאָר אין דער פֿרומער מלוכיש-סובסידירטער עלעמענטאַר-שול „יסודי-התּורה‟, האָט דערקלערט, אַז די שול-אַדמיניסטראַציע האָט זי געוואָרנט נישט צו דערמאָנען אַזעלכע ענינים, ווי דער ווירוס „HIV‟, די פֿאָרהיסטאָרישע צײַטן אָדער דער אוראַלטער מצרים. אינעם יאָר 2011 האָט זי פֿאַרלאָזט די שול און אָנגעהויבן צו אַרבעטן אינעם פֿלעמישן בילדונג-מיניסטעריום. ווינען האָט באַטאָנט, אַז נאָך אַזאַ באַגרענעצטער בילדונג, קאָנען די חרדישע שול-תּלמידים זיך נישט אינטעגרירן אין דער בעלגישער געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.