ווען איך בין געווען אַ קינד פֿון 7 אָדער 9 יאָר, האָב איך געקאָנט שמועסן מיט מײַן טאַטן כּמעט וועגן אַלץ. ער האָט געדינט ווי אַ „לוויה־רבֿ‟ בײַ דער קאָלאָמייער לאַנדסמאַנשאַפֿט. אין די 1970ער יאָרן, ווען די אָריגינעלע ייִדן פֿונעם גאַליציענער שטעטל קאָלאָמיי זענען געשטאָרבן, האָבן זייערע קינדער כּסדר גערופֿן מײַן טאַטן דורכצופֿירן די לוויה.
ווי אַ קינד, בין איך שוין געווען גוט באַקאַנט מיט דער דאָזיקער פּראָצעדור. מענטשן מיט אַזעלכע נעמען ווי דזשעק אָדער סיד פֿלעגן פֿאָרן צו מײַן טאַטן אויף זייערע „ביויִקן‟; אַ טייל פֿון זיי האָבן געטראָגן גאָלדענע קייטן. די פֿרויען אין דזשינס-הויזן האָבן געהייסן בעסי, בלאַנש אָדער ראָוז. דעם טאַטנס קליענטור האָט געוווינט אין לאָנג-אײַלענד, אָבער זענען אַלע אויפֿגעוואַקסן, ווי מײַן טאַטע, אינעם בראָנקס.
בעת די הספּדים, פֿלעגט מײַן טאַטע צוגעבן אַ ווערטל אויף ייִדיש: „ווי אונדזערע חכמים זאָגן, שטאַרבט אַ מאַן נאָר פֿאַר זײַן פֿרוי‟ אָדער „מאָריס, דער ניפֿטר, איז געווען אַ גוטע נשמה‟. אַזעלכע אויסדרוקן האָבן אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן קאַסקאַד פֿון טרערן.
פֿאַרוואָס האָבן אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש געהאַט אַזאַ עפֿעקט אויף די דאָזיקע מענער און פֿרויען? נישט געקוקט אויף זייער „אַמעריקאַנישקייט‟ — מאַטעריאַליזם, דערפֿאָלג, געלט — זענען זיי געווען דורשטיק אויסצוהערן אַ ייִדיש וואָרט.
אַזאַ געפֿיל האָב איך געהאַט, ווען איך האָב באַזוכט מיט אַ וואָך צוריק, צוזאַמען מיט מײַן ווײַב, די פּראָגראַם „ייִדיש-וואָך‟ אין מערילענד. מענער און פֿרויען, קינדער און דערוואַקסענע, זענען צונויפֿגעפֿאָרן פֿון איבערן גאַנצן לאַנד צו לערנען זיך ייִדיש, צו שמועסן וועגן ייִדישקייט, צו באַנוצן זיך מיט אַזעלכע ווערטער, ווי „שווים-באַסיין‟ אָדער „וועווערקע‟, צו לייענען לייב קוויטקאָס לידער און אַפֿילו אויסצוהערן די „געטיסבערג-רעדע‟ פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אייבראַהאַם לינקאָלן, איבערגעזעצט אויפֿן „מאַמע-לשון‟.
דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, עליו-השלום, האָט געשריבן, אַז אַ ליד האָט נישט קיין געבוירן-טאָג; די פּאָעזיע איז למעלה-מן-הזמן — מחוץ די גרענעצן פֿון דער צײַט. פֿאַר מיר איז ייִדיש איין גרויסע פּאָעמע — אַ לעבנסלאַנג ליבע-ליד, אַן אָדע צו מײַן טאַטן און זײַן וועלט. מײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ לוויה; איצט, פּונקט פֿאַרקערט, האָב איך געהערט די אַלטע און יונגע לעבעדיקע ייִדישע קולות בײַ דער פּראָגראַם פֿונעם „יוגנטרוף‟; הײַנט בין איך, אַ מיטל-יאָריקער ייִדיש-רעדער, געבוירן געוואָרן פֿון ס׳נײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.