פֿרײַטיק, דעם 16טן אויגוסט, האָט כאַסאַן נאַסראַלאַ, דער פֿירער פֿון „כעזבאָלאַ‟, געוואָרנט, אַז זײַנע שׂונאים קאָנען נישט דערגרייכן קיין נצחון, אויב זיי הרגענען פֿרויען, קינדער און ציווילע לײַט. נאַסראַלאַ האָט גערעדט נישט וועגן ישׂראל, נאָר וועגן די סוני-מוסולמענער אין לבֿנון. שוין עטלעכע חדשים האָט „כעזבאָלאַ‟ אָפּגערוקט איר הויפּט-פֿאָקוס פֿון ישׂראל אויף די אויפֿשטענדלער-סוניטן אין סיריע, שטיצנדיק דעם סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד. זײַענדיק פֿאַרנומען מיט דער ברוטאַלער בירגער-מלחמה, האָט אַסאַד נישט געקאָנט אַטאַקירן דעם ישׂראלדיקן גולן-ראַיאָן.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן די קאָנפֿליקטירנדיקע כּוחות אין עגיפּטן, וווּ עס קומט פֿאָר אַ שאַרפֿער קאַמף צווישן דעם מיליטער און דער „איסלאַמישער ברידערשאַפֿט‟, זיך אויך פֿאָקוסירט אויף די אָרטיקע ענינים. די איסלאַמיסטן, וועלכע האָבן פֿריִער געשטעלט דעם טראָפּ אויף זייער קאַמף קעגן ישׂראל, זענען איצט פֿאַרנומען מיט אַנדערע, מער אַקטועלע זאַכן.
ביז איצט האָט ישׂראל נישט באַטראַכט דעם פּאָליטישן פּאָטענציאַל פֿונעם אָנגייענדיקן קאָנפֿליקט אין סיריע און עגיפּטן. די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער האָבן זיך בלויז געזאָרגט וועגן דער מעגלעכער זיכערהייט-סכּנה. לעצטנס, אָבער, האָבן אַ צאָל רעגירונג־פֿירער אַרויסגעזאָגט דעם געדאַנק, אַז די קאָנפֿליקטן אין די שכנישע לענדער שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער, וואָס קאָן העלפֿן די באַהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, ווי אַ מערבֿדיקער דיפּלאָמאַט האָט נישט לאַנג צוריק געזאָגט דער צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟ אין אַן אינטערוויו.
די טראַדיציאָנעלע קענגער פֿון די ישׂראל-פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען זענען איצט פֿאַרנומען מיט אַנדערע ענינים. דער אומסטאַבילער מצבֿ אינעם ראַיאָן קאָן אָבער באַדראָען ישׂראל מיט זיכערהייט-פּראָבלעמען אויף דער גרענעץ; די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווען אַן אָנפּילאָטיקער עראָפּלאַן האָט אַטאַקירט דעם סיני-ראַיאָן, האָט מען פֿאַרמאַכט, אויף אַ ווײַל, דאָס פֿליפֿעלד אין אילת. וואָס שייך די פֿאַרהאַנדלונגען, קאָן אַזאַ מצבֿ זײַן דווקא רויִקער, ווײַל „כעזבאָלאַ‟ און אַסאַד פֿאַרנעמען זיך איצט מיטן אינערלעכן קאָנפֿליקט, און „כאַמאַס‟ האָט פֿאַרלוירן דעם כּוח צוליב דער פּאָליטישער מפּלה פֿון די עגיפּטישע „איסלאַמישע ברידער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.