די וועבזײַט „JDate‟, וואָס העלפֿט די נישט-חתונה-געהאַטע ייִדן צו טרעפֿן זייערע באַשערטע, האָט דורכגעפֿירט אין קענט, שטאַט קאָנעטיקעט, אַ „זומער-קעמפּ פֿאַר דערוואַקסענע‟.
ווען איך בין געווען אַ קינד, זענען די זומער-לאַגערן געווען פֿאַר מיר נודנע אונטערנעמונגען — פּונקט אַזוי ווי די מיטל-שול, נאָר מיט מער אינסעקטן. די אונטערנעמונגען פֿאַר אומבאַווײַבטע זענען לאַוו-דווקא בעסער. זיי זענען אָפֿט פֿול מיט אומבאַקוועמע צוגרייט-סעסיעס, פֿאַנאַטישע שדכנים און מיטל-יאָריקע לײַט, וועלכע האָבן ביז דרײַסיק יאָר אַפֿילו נישט געטראַכט חתונה צו האָבן.
ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דעם צוויי-טאָגיקן „זומער-לאַגער‟ „J-Weekend‟, האָב איך זיך נישט געפֿילט ענטוזיאַסטיש. פֿונדעסטוועגן, האָב איך באַשלאָסן אײַנצופּעקלען מײַנע זאַכן און מאַכן אַ באַזוך.
די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אינעם קאָנעטיקעטער קלוב „Getaway‟. די וועבזײַט „JDate‟ איז געשאַפֿן געוואָרן מיט איבער 15 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען די באַגעגעניש־וועבזײַטן געוואָרן גאָר פּאָפּולער, אַרײַנגערעכנט אַ גאַנצע ריי ייִדישע. דער דערמאָנטער קלוב אין קאָנעטיקעט פֿירט שוין בערך 20 יאָר דורך אַזעלכע ייִדישע פּראָגראַמען. אָנהייבנדיק פֿון 2008, ווערן זיי דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיט „JDate‟.
להיפּוך צו מײַנע ספֿקות, איז די פּראָגראַם געווען וווּנדערלעך. מיט אַ וואָך שפּעטער, פֿיל איך זיך נאָך אַלץ מיד פֿונעם טאַנצן „ברייק‟ מיט סלאַוואַ שײַקער פֿון מילפֿאָרד, קאָנעטיקעט. צווישן פֿאַרשיידענע טשיקאַווע שפּילערײַען, איז די בעסטע געווען „Swashbuckling 101‟ — דאָס שווערד-געפֿעכט, נאָך וועלכן ס׳איז פֿאָרגעקומען די „פּיראַטישע‟ טאַנץ-וועטשערע, וווּ די באַטייליקטע האָבן געפּרוּווט זיך אויפֿצופֿירן ווי פּיראַטן; אַ צאָל פֿון זיי האָבן זיך אָנגעטאָן אין שיינע פּיראַטישע קאָסטיומען. ס׳איז געווען טשיקאַווע צו פֿאַרברענגען אַפֿילו אָן ראָמאַנטישע באַגעגענישן.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אונטערנעמונג האָט נישט געהאַט אַ בפֿירוש ייִדישן כאַראַקטער. ס׳רובֿ באַטייליקטע — אַרום 200 מענטשן — זענען געווען וועלטלעכע ייִדן, וואָס היטן נישט שבת. הגם מע האָט געמאָלדן, אַז דאָס פֿלייש איז געווען כּשר, האָט מען פֿאָרגעלייגט בײַם פֿרישטיק אַן אינדיק-וווּרשטל צוזאַמען מיט מילכיקע בלינצעס. מע האָט אָבער געקאָנט באַשטעלן פֿון פֿריִער גלאַט-כּשרע אָדער וועגעטאַרישע מאכלים.
דוד שרײַבער, דער בעל-הבית פֿונעם קלוב, האָט דערקלערט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען, מעגלעך, צוגעבן רעליגיעזע עלעמענטן צו די קומענדיקע באַגעגעניש-אונטערנעמונגען. „JDate‟ איז אָבער אָריענטירט אויפֿן וועלטלעכן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.