סטודענטן שמועסן אויף ייִדיש 24/7

Students Shmooze in Yiddish 24/7

אַ גרופּע יונגע לײַט פֿאַרברענגט אויף דער וועראַנדע, בעת דער „ייִדיש־וואָך‟. לינקס: יהודית רעטיג
אַ גרופּע יונגע לײַט פֿאַרברענגט אויף דער וועראַנדע, בעת דער „ייִדיש־וואָך‟. לינקס: יהודית רעטיג

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published August 21, 2013, issue of September 13, 2013.

קריסטאַ וויטני און גאָלדע פּאַרקער
קריסטאַ וויטני און גאָלדע פּאַרקער

גאָלדע פּאַרקער, אַ 27־יאָריק ייִדיש מיידל פֿון נאָרטהאַמפּטאָן, מאַסאַטשוסעטס, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך זיך גוט אָנגעהאָרעוועט.

ווי אַ באַטייליקטע אין דער יערלעכער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟, האָט זי, במשך פֿון זעקס טעג, און מיט דער שטענדיקער באַגלייטונג פֿון אַ ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך און לערנבוך, זיך באַמיט צו רעדן בלויז ייִדיש.

„איך האָב שטאַרק ליב צו פֿאָטאָגראַפֿירן, אָבער דאָ טו איך עס אין גאַנצן נישט, ווײַל כ׳בין כּסדר פֿאַרנומען מיטן רעדן מיט מענטשן,‟ האָט גאָלדע געזאָגט, עסנדיק מיטאָג אינעם רחבֿותדיקן זוניקן עסצימער. „און דער אמת איז, כ׳בין טאַקע זייער מיד!‟

גאָלדע איז געווען איינע פֿון 150 מענטשן, וועלכע האָבן פֿאַרבראַכט די וואָך, אָדער אַ טייל פֿון דער וואָך, אינעם „פּערלסטאַון וואַקאַציע־צענטער‟ אין רײַסטערסטאַון, מערילאַנד, וווּ אַלע לעקציעס, דיסקוסיעס, ספּאָרט־אַקטיוויטעטן און בינע־פֿאָרשטעלונגען זענען געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש. ווי אַלע יאָר האָבן זיך אין דעם באַטייליקט מענטשן פֿון יעדן עלטער: ענערגישע קינדערלעך צווישן 5 און 10 יאָר האָבן געגלעט די ציגעלעך און געמאַכט ציגן־מאַסקעס, בעת די מיטל־יאָריקע און עלטערע ייִדיש־רעדער האָבן זיך געלערנט וועגן פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור און אַפֿילו קאָמפּיוטערײַ אויף ייִדיש.

איידריען סילווער און ליליע ווײַצמאַן
איידריען סילווער און ליליע ווײַצמאַן

הײַיאָר איז אָבער שטאַרק געוואַקסן אַ באַזונדערע דעמאָגראַפֿיק: יונגע־לײַט אין די 20ער און 30ער. ביז איצט זענען ס׳רובֿ פֿון די יונגע געווען די „וועטעראַנען‟ — די וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אין ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, און וועלכע קומען אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ יעדעס יאָר, זינט זיי זענען געווען פּיצעלעך אין די ווינדעלעך. דאָס מאָל איז אָבער צוגעקומען אַ הויכע צאָל יונגע לײַט, וועלכע האָט זיך אַליין אויסגעלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט, אָדער אין אַנדערע לערן־אַנשטאַלטן, ווי „ייִדיש־פֿאַרם‟ אין גושן, ניו־יאָרק, אָדער אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. מעגלעך צוליב דעם, וואָס כּמעט אַלע זענען זיי געווען נישט־חתונה געהאַטע, האָט געהערשט אַ לעבעדיקע שטימונג פֿון גוטמוטיק הולטײַעווען און שׂימחהווען, וואָס האָט אויך אָנגעשטעקט די אַנדערע באַטייליקטע.

גאָלדע איז געווען איינע פֿון אַ כאָפּטע סטודענטן, וועלכע האָבן זיך דערוווּסט וועגן דער „ייִדיש־וואָך‟ דורכן „ייִדישן ביכער־צענטער‟. זי און צוויי אַנדערע — קריסטאַ וויטני און ליליע ווײַצמאַן — אַרבעטן אויפֿן פּראָיעקט, „געשיכטע בעל־פּה ווידעאָס אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟, //www.yiddishbookcenter.org/tell-your-story, אַ זאַמלונג פֿון 300 אינטערוויוען מיט מענטשן וועגן ייִדיש און ייִדישער אידענטיטעט.

„מיר האָבן שוין אינטערוויויִרט אַרום 300 מענטשן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש, אַרײַנגערעכנט סטודענטן, קינסטלער און מוזיקאַנטן,‟ האָט די 25־יאָריקע ליליע דערקלערט. „אַרום 10% פֿון די אינטערוויוען קומען טאַקע פֿאָר אויף ייִדיש.‟

אָבער נישט אַלע האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין אַן אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. חנה רײַנגאָלד, וועלכע איז בלויז 16 יאָר אַלט, האָט זיך געלערנט מאַמע־לשון אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין ראָטשעסטער, ניו־יאָרק, וווּ זי וווינט. „איך בין געווען די ייִנגסטע אין קלאַס, און איינע פֿון מײַנע מיט־תּלמידים איז געווען 98 יאָר אַלט!‟ האָט זי באַמערקט.

חנה רײַנגאָלד
חנה רײַנגאָלד

רײַנגאָלד לערנט זיך נישט אין קיין שול, נאָר אין דער היים — home schooling, בלע״ז. „איך פֿלעג גיין אין אַן אַלגעמיינער שול, אָבער די קינדער זענען נישט געווען סימפּאַטיש, און איך האָב געהאַט פּראָבלעמען מיט די לערער,‟ האָט זי געזאָגט. איצט לערנט זי זיך אין שטוב, דורך ביכער, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און אַנדערע לערן־מיטלען. ס׳קומט אַפֿילו אַרײַן אַ נײ־לערערין, בײַ וועמען זי האָט זיך דערווײַל אויסגעלערנט ווי צו מאַכן ציכלעך.

אַ טייל פֿון די סטודענטן האָבן דערציילט, אַז ווען זיי האָבן אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, איז די רעאַקציע פֿון דער משפּחה נישט געווען איבעריק פּאָזיטיוו. „מײַן משפּחה טראַכט נאָר וועגן פּרנסה, און פֿאַרשטייט נישט, פֿאַר וואָס איך לערן זיך ייִדיש; און מײַן שוועסטער מיינט, ס׳איז בכלל מאָדנע,‟ האָט באַמערקט יהודית־מלכּה רעטיג, אַ 25־יאָריק מיידל פֿון פֿילאַדעלפֿיע, וועלכע האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש דעם זומער אויף „ייִדיש־פֿאַרם‟.

חווה מאָראַלעס
חווה מאָראַלעס

„ווען מײַן מאַמע האָט געהערט, אַז איך לערן זיך ייִדיש, האָט זי זיך צעלאַכט,‟ האָט דערציילט חווה מאָראַלעס, אַ 32־יאָריקע מאַטעמאַטיק־לערערין פֿון ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס. חווהס טאַטע איז אַ מעקסיקאַנער, נישט קיין ייִד, אָבער דווקא ער שטיצט אירע ייִדיש־שטודיעס. „איך רעד נאָר שפּאַניש מיטן טאַטן, און כ׳וווין אין אַ שפּאַניש־רעדנדיקער געגנט, האָב איך שוין אַ פֿעסטע אידענטיטעט, ווי אַ מעקסיקאַנער פֿרוי,‟ האָט חווה דערקלערט. „אָבער איך וויל זיך אויך בעסער באַקענען מיט מײַנע ייִדישע וואָרצלען.‟

ווען זי האָט דערציילט דעם טאַטן, אַז זי האָט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, איז זײַן רעאַקציע געווען גאָר אַנדערש פֿון דער מאַמען. „זייער גוט!‟ האָט ער איר געזאָגט. „!Sé una Judea [זײַ אַ ייִד!]‟

איידריען סילווער, אַן 31־יאָריקער טענצער פֿון באַלעט און מאָדערנע טענץ, איז געווען איינער פֿון די איינציקע ייִדיש־סטודענטן, וואָס האָט קינדווײַז יאָ געהערט ייִדיש אין דער היים — פֿון דער באָבען. קיין ייִדישע דערציִונג האָט ער אָבער נישט באַקומען. „מײַנע טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע זענען אַלע געווען קאָמוניסטן,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי האָבן מיר נישט געשיקט אין קיין ייִדישער אָדער העברעיִשער שול, האָב איך אַפֿילו נישט געקענט דעם אַלף־בית.‟

מיט אַ יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען מאַמע־לשון בײַ קאָליאַ באָראָדולין אין „אַרבעטער־רינג‟, און איז גליקלעך, וואָס ער קען איצט אַליין פֿירן אַ שמועס אויף ייִדיש. „ס׳פֿילט זיך גאָר אַנדערש ווי ווען מע לערנט זיך אַן אַנדער שפּראַך,‟ האָט ער געזאָגט. „ווען איך רעד ייִדיש, אַפֿילו ווען ס׳איז בלויז צו זיך אַליין, דאַכט זיך מיר, אַז איך שמועס מיט אַ צווייטן מענטשן!‟

יהודית, וואָס האָט קינדווײַז זיך געלערנט אין אַ העברעיִשער טאָגשול, האָט דעמאָלט באַטראַכט איר זיידנס אַשכּנזישן אַרויסרייד פֿאַר אַלטמאָדיש, און האָט אים שטענדיק געפּרוּווט איבערצײַגן צו ניצן די ספֿרדישע הבֿרה.

מע גייט אַ טענצל, שבת־צו־נאַכטס
מע גייט אַ טענצל, שבת־צו־נאַכטס

„מײַנע באָבע־זיידע פֿלעגן נאָר רעדן וועגן דעם חורבן, האָב איך אָנגעהויבן פֿילן, אַז ס׳איז שלעכט צו זײַן אַ ייִד, אַז מיר מוזן אַלע מאָל קעמפֿן, אַז יעדער האָט אונדז פֿײַנט. אָבער איצט ווייס איך, אַז מײַנע אָבֿות האָבן אויך געזונגען, געטאַנצט, און געווען פֿריילעך. מיר דאַרפֿן נישט איבערמאַכן זייער קולטור, ווײַל זיי האָבן אונדז איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן יסוד.‟

אַ טייל פֿון די סטודענטן האָבן אויסגעדריקט געוויסע אַנטוישונגען וועגן דער „ייִדיש־וואָך‟. איינע האָט באַמערקט, אַז ס׳איז אַ ביסל „עליטיסטיש‟ צו רעכענען אַזאַ הויכן פּרײַז, און אַ צווייטע האָט געזאָגט, אַז דער ייִדיש־קלאַס האָט געדאַרפֿט אַרײַננעמען מער גראַמאַטיק־לעקציעס, געניטונגען, „און נישט סתּם שמועסן‟.

פֿון דעסטוועגן, האָבן אַלע געזאָגט, אַז זיי האָבן אַ סך גענאָסן פֿון דער איבערלעבונג. „די מענטשן דאָ זענען זייער פֿרײַנדלעך און געדולדיק,‟ האָט גאָלדע באַמערקט. „ספּעציעל געפֿעלט מיר, וואָס עס געפֿינען זיך דאָ מענטשן פֿון אַלע סאָרטן לעבן־שטייגערס: משפּחות, רעליגיעזע, נישט־ייִדן, לעזביאַנישע. אַלע פֿילן זיך באַקוועם צו קומען אַהער און רעדן בלויז ייִדיש.‟