איך בין נישט קיין הייסער אָנהענגער פֿון דער אַמעריקאַנער אויסערן-פּאָליטיק אין דעם מיטל-מיזרח; אָבער אַפֿילו מיך האָט פֿאַרוווּנדערט די אויסטערלישע אַמעריקאַנישע דעקלאַראַציע וועגן דער סיטואַציע אין עגיפּטן נאָך די לעצטע בלוטיקע צוזאַמענשטויסן.
בלויז עטלעכע מוסטערן פֿון דער רעדע, אָפּגעהאַלטן פֿונעם אויסערן־מיניסטער, דזשאָן קערי, האָבן אַרויסגערופֿן בײַ מיר אַ ביטערן שמייכל:
„אַלע עגיפּטישע פּאַרטייען מוזן אָפּטרעטן אַ קאַפּעלע און זיך באַרויִקן…‟
„געוואַלד איז פּשוט נישט קיין לייזונג צו דער לאַגע אין עגיפּטן אָדער ערגעץ אַנדערש…‟
„עס וועט זיך נישט געפֿינען קיין לייזונג בײַ דער ווײַטערדיקער פּאָלאַריזאַציע…‟
עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז נישט געקוקט אויף קעריס ערנסטן טאָן, קלינגען זײַנע ווערטער, ווי ער וואָלט געמוסרט נאַרישע קינדערלעך, וואָס רײַסן זיך, ווי קעץ, צוליב אַ נישטיקייט. מע מוז נישט זײַן אַן עכטער עגיפּטער, כּדי צו פֿילן אַן עקל פֿון דעם מוסר זאָגן. אַמעריקע האָט שוין לאַנג פֿאַרלוירן יעדן קאָנטאַקט מיט דער דאָיִקער סיטואַציע; זי איז פּשוט נישט פֿעיִק אויף מער ממשותדיקע מעשׂים, ווי סתּם אַ שאָקל צו טאָן מיטן קאָפּ און מורמלען: „קינדעלעך, שאַט, קינדערלעך…‟. וואַשינגטאָן איז אַזוי אָפּגעריסן פֿון דער ווירקלעכקייט אין מיטעלן מיזרח, אַז עס בלײַבט נאָר אָדער לאַכן, אָדער וויינען.
דזשאָן קערי חזרט כּסדר איבער ווי אַ קאַליע־געוואָרענער מאַשין: „דעמאָקראַטיע, דעמאָקראַטיע, דעמאָקראַטיע‟. ווי דעמאָקראַטיע וואָלט געווען די רפֿואה פֿון אַלע קרענק. עס איז געוואָרן נישט צו פֿאַרשטיין, וואָס מיינט הײַנט די הויפּט-ליניע פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק? עס דערמאָנט די רעצעפּטן פֿון אַ קליינשטעטלדיקן רופֿא: אויף אַלץ האָט ער איין רפֿואה — אָנצושמירן מיט יאָד.
וואָס רעדט מען די עגיפּטער אײַן אַ קינד אין בויך — דעמאָקראַטיע? די עגיפּטער האָבן זיך דאָך אומגעקערט צום טאַכריר־פּלאַץ, כּדי אַראָפּצוּוואַרפֿן מורסי פֿון זײַן טראָן, שפּירנדיק, אַז דאָס איז אפֿשר דער לעצטער שאַנס אויסצומײַדן דעם גורל פֿון די איראַנער, וואָס זענען, נעבעך, אַרײַנגעפֿאַלן, אין אַ געוויסער מאָס, אין די הענט פֿון אַ כאָפּטע פּרימיטיווע אַיאַטאָלעס.
עס איז גאָר פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס עס שטייט די עגיפּטער נישט אָן צו ווערן בירגער פֿון אַ ווילדער, ברוטאַלער, טאָטאַליטאַרער מדינה ווי איראַן, אָדער ווי דאָס כאַמאַסישע מדינהלע אין עזה־פּאַס. זיי קעמפֿן טאַקע פֿאַר פֿרײַהייט, אָבער זיי מוזן, לויט קעריס מיין, אויסוואַרטן ביז די קומעדיקע וואַלן (וואָס וועלן אפֿשר קיינמאָל נישט פֿאָרקומען), כּדי פּטור צו ווערן פֿון מורסי; ווי אויך האָבן זיי געדאַרפֿט, אַ פּנים, וואַרטן ביז די מוסולמענער ברודערשאַפֿט וועט פֿאַרפֿעסטיקן דעם אָנהאַלט אין דער מדינה.
דעמאָקראַטיע איז ווויל און פֿײַן, ווען אַלע צדדים זענען מסכּים צו פֿירן זיך דעמאָקראַטיש. די צרה איז, וואָס מורסי האָט זיך גענומען אויפֿפֿירן, ווי אַ שטיק טשאַושעסקו, נישט אַרויסווײַזנדיק קיין קלאָרע סימנים צו טאָלעראַנץ און פֿרײַען מיינונגס-אויסטויש.
עס איז אַ חידוש, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זעט דאָס נישט; זי האַלט זיך אין איין אײַנקלאַמערן אין „דעמאָקראַטיע‟, ווי דערפֿון וועט אויסוואַקסן די גאולה פֿאַר עגיפּטן. וואַשינגטאָן איז פֿאַרשפּאַרט אין זײַנע דלתּ אַמות און וויל גאָרנישט וויסן פֿון עפּעס אַנדערש.
קעריס אָפּגעריסנקייט דערמאָנט מיר אין אַ געשיכטע, וואָס איז פֿאַרלאָפֿן מיט מיר אַליין אויף דער באַן צווישן ניו-יאָרק און טרענטאָן. איך האָב שטאַרק פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן, צוליב דעם אָנגעלאָדענעם פֿאַרקער אין מענהעטן. אָנזעענדיק, אַז איך וועל פֿאַרפֿעלן די באַן אויב איך וועל וואַרטן אין דער ריי צו קויפֿן אַ בילעט, האָב איך זיך געלאָזט גלײַך גיין צום פּעראָן פֿון דער באַן קיין טרענטאָן, וואָס האָט זיך שיִער נישט געלאָזט אין וועג אַרײַן, און זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ וואַגאָן.
ווי אַ דערפֿאַרענער פּאַסאַזשיר פֿון דער אַמעריקאַנער צוג-סיסטעם, האָב איך געוווּסט, אַז מע קען קויפֿן אַ רײַזע-בילעט אויך בײַם אויפֿזעער, וואָס קאָנטראָלירט די בילעטן בײַ די פּאַסאַזשירן. איין זאַך האָב איך נישט געוווּסט: אַז מע דאַרף האָבן אַ באַנקנאָט וואָס איז נישט צו גרויס, כּדי מע זאָל דיר קענען צוריקגעבן דעם רעשט.
די באַן האָט שוין פֿאַרלאָזט ניו-יאָרק בשעת דער קאָנטראָליאָר, אַ מונדירטער מאַן, מיט שלעפֿעריקע אויגן און אַ רויטלעכער נאָז, איז צוגעגאַנגען צו מיר און געפֿרעגט בײַ מיר דעם בילעט. איך האָב אים דערלאַנגט אַ הונדערטער צו באַצאָלן פֿאַר דער נסיעה. ער האָט געטאָן אויף מיר אַ קוק און געזאָגט טרוקן: „סער, דו מוזט באַצאָלן מיט אַ פֿופֿציקער. עס שטייט גראָד געשריבן אין די תּקנות פֿון דער באַן-קאָמפּאַניע, אַז מע נעמט אָן נאָר פֿופֿציקערס, נישט מער‟.
„אָבער איך האָב נישט קיין פֿופֿציקער‟ — האָב איך געפּרוּווט אים צו דערקלערן.
ער האָט זיך נישט איבערגענומען פֿון מײַן תּחנונימדיקן טאָן: „אײַ עם סאָרי, סער, דו וועסט מוזן אַראָפּגיין אויף דער קומענדיקער סטאַנציע‟.
איך האָב אַן אַרײַנגעקוקט אין דער געדיכטער פֿינצטערניש דורך דער דיקער שויב און געטראַכט בשעת-מעשׂה: „וואָס דאַרף איך, אַ טוריסט, אַ פֿרעמדער, טאָן עלף אַזייגער בײַ נאַכט אין אַ פֿרעמדן ווינקל פֿון ניו-דזשערזי? וואַרטן אויף דער קומענדיקער באַן, אויב אַזאַ איז בכלל דאָ, וווּ מע וועט ווידער, נישט וועלן נעמען בײַ מיר מײַן הונדערטער?‟
אַ ישׂראלי לאָזט נישט אַראָפּ די הענט אַזוי גיך. איך האָב גענומען זיך ווענדן צו די איבעריקע פּאַסאַזשירן, אפֿשר וועט עמעצער פֿון זיי קענען מיר געבן צוויי פֿופֿציק־דאָלאָרנדיקע קופּיורן. קיינער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן, קיינעם איז דאָס נישט אָנגעגאַנגען.
לסוף, האָט אַן אַנדער קאָנטראָליאָר, אויסגעקראַצט גענוג געלט, צו געבן מיר דעם רעשט, און איך בין אָנגעקומען בשלום קיין טרענטאָן.
זיך צוהערנדיק צו דזשאָן קעריס רעדע, האָט זיך געשאַפֿן בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז ער, ווי יענער אויפֿזעער, וויל אָראָפּוואַרפֿן עגיפּטן, און אפֿשר אויך ישׂראל, אויף אַ פֿינצטערער סטאַנציע, ווײַל זיי פֿירן זיך נישט „לײַטיש‟, לויט די אַמעריקאַנער באַגריפֿן. זיי האָבן נאָר אַ „הונדערטער‟, נישט קיין „פֿופֿציקער‟, און דער וואָס האָט נישט קיין „פֿופֿציקער‟, ווייסט יעדער פּאַסאַזשיר, מוז פֿאַרלאָזן די באַן, ווײַל קיין געוואַלדן וועלן נישט העלפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.