שטייט אויף צו סליחות!

Wake up for Slichos!

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 22, 2013, issue of September 13, 2013.

דער מינהג אויפֿצושטיין אין מיטן דער נאַכט אין חודש אלול צו דאַוונען סליחות, גייט ווײַטער אָן בײַ פֿרומע ייִדן, אָבער מיט איין גרויסן חילוק. אין דער אַלטער היים, אין שטעטל, איז אַרומגעגאַנגען דער שמשׂ, דער שול־קלאַפּער, און האָט די ייִדן אויפֿגעוועקט צו קומען אין שיל. אַ. ש. זאַקס האָט באַשרײַבן די טראַדיציע אין זײַן ליטווישן שטעטל זשאַגאָר, לעבן קאָוונע —

צוויי אַ זייגער בײַנאַכט איז אַבאַ דער שול־רופֿער אַרומגעלאָפֿן מיט זײַן גראָבן ראָרענעם שטעקן אין איין האַנט און מיט אַ גרויסן לאַמטערן, וווּ עס האָט זיך געהויבן אַרויף און אַרונטער דער טונקעלער פֿלאַם פֿון אַ חלבֿנער ליכט, אין דער צווייטער האַנט. ער איז געגאַנגען פֿון הויז צו הויז און האָט אָנגעקלאַפּט אין די לאָדנס פֿון די פֿענצטער, און האָט גערופֿן צו די ערשטע סליחות — שטאַרקט זיך לאבֿודת־הבורא!
שטייט אויף צו די ערשטע סליחות!

אויפֿצושטיין פֿונעם שלאָף איז זיכער נישט געווען לײַכט פֿאַר געוויסע ייִדן, ווי מע פֿאַרשטייט פֿון דער ווײַטערדיקער חכמה — פֿאַראַן דרײַערליי סליחות־ייִדן, און, להבֿדיל, דרײַערליי פֿערד. איין פֿערד גייט אַליין אויפֿן רופֿן; דאָס איז אַ גוט פֿערד. אַ צווייטס — אַז מע קלאַפּט עס אָן, גייט עס. דאָס איז אויך אַ פֿערד. ווידער פֿאַראַן אַ פֿערד — מע רופֿט עס, מע שלאָגט עס — סע גייט אַלץ נישט. דאָס איז גאָר קיין פֿערד ניט!

ווי עס טרעפֿט זיך אין פֿאָלקלאָר, האָבן די ווערטער וואָס דער שמשׂ פֿלעג אויסרופֿן, מיט דער צײַט געוואָרן אַ ליד, מיט אַ מעלאָדיע און מיט ווערטער, וואָס דער שמשׂ פֿלעג זינגען יעדעס יאָר. די ווערטער פֿון דעם „שטייט אויף צו סליחות‟־ליד האָבן נישט נאָר אויפֿגעוועקט די ייִדן, נאָר געלאָזט דעם שמשׂ אויסדריקן דעם טרויער פֿונעם גלות־ייִד ערבֿ די ימים־נוראָים מיט אַ קלאָגעדיק, וויינענדיק קול, וואָס האָט יעדן גערירט, און מע האָט דאָס ליד נישט אַזוי לײַכט פֿאַרגעסן.

ווען די פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין האָט געזאַמלט לידער בײַם פֿידלער בעריש קאַץ פֿון גאַליציע, האָט ער פֿאַר איר געזונגען —

עם קדוש! שטייט אויף לעבֿודת־הבורא!
כי לכך נוצרתי (צוליב דעם בין איך באַשאַפֿן געוואָרן)
עצל לעדמתי תּשכּב (אײַלט זיך! ביז וואַנען וועסטו שלאָפֿן?)

מע קען הערן ווי קאַץ זינגט דאָס ליד מיט אַ האַרציק, קרעכצנדיק קול אויף רות רובינס רעקאָרדירונג „The Old Country‟

אין דער ריזיקער „בען סטאָנהיל זאַמלונג‟ פֿון פֿעלד־רעקאָרדירונגען אין ייִוואָ, וועלכע סטאָנהיל האָט פֿאַרשריבן פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַ לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל אין 1948, זינגט איין מיידל פֿאַר אים אויף פּויליש ייִדיש.

שטייט אויף! שטייט אויף!
שטייט אויף! שטייט שוין אַלע אויף!
צו עבֿודת־הבורא.
אָן פּחד און אָן מורא.
שטייט אויף צו עבֿודת־הבורא.
שלאָף שוין ניט ייִדעלע!
שפּיל אויף דײַן פֿידעלע!
אין ירושלים.
שטייט אויף!

אַ דריטער משל, דער לעצטער, פֿון דעם „שטייט אויף צו סליחות־ליד‟, האָבן מיר געפֿונען אויף אַ רעקאָרדירונג פֿון דער זינגערין לאה ישׂראלית. די זינגערין, אַ בעסאַראַבערין פֿון מאַרקולעשט, שרײַבט אויף דער פּלאַטע, אַז זי האָט זיך דאָס ליד אויסגעלערנט פֿון שמואל דעם שמשׂ.

שטייט אויף, שטייט אויף,
לעבֿודת־הבורה
עצל עצל, למה תשכּב? (אײַל זיך! פֿאַר וואָס שלאָפֿסטו?)
קום לאַבֿודת־הבורא!( שטיי אויף צו דאַווענען)
אָדם דואג לאבוד דמיו (דער מענטש זאָרגט וועגן פֿאַרלירן זײַן געלט)
ואינו ודואג לאבוד ימיו (און זאָרגט זיך וואָס ער פֿאַרלירט זײַנע טעג)
דמיו, דמיו, אינם עוזרים (געלט, געלט העלפֿט נישט)
ימיו, ימיו אינם חוזרים (טעג, טעג, קומען נישט צוריק)
אוי, שטייט אויף.

אויף דרײַ זאַכן
וועק איך אײַך ייִדעלעך,
אויף חורבן בית־המיקדש
און אויף גלות השכינה
אוי, און אויף צרות־ישׂראל.
שטייט אויף, שטייט אויף,
לעבֿודת־הבורא!

דאָס ליד קען מען הערן, אַז מע גיט אַ קוועטש דאָ: