ווען מאַגדאַ כאַרון האָט אָנטיילגענומען אין אַ מאַניפֿעסטאַציע אויף די גאַסן פֿון קאַיִר, האָט אַ מאַן, שטייענדיק איבערן גוף פֿון אַ טויטן סאָלדאַט, געזאָגט: „אַפֿילו אַ ייִד וואָלט נישט געטאָן אַזאַ זאַך.‟
כאַרון, די פּrעזידענטין פֿון דער קליינער עגיפּטישער ייִדישער קהילה, זאָרגט זיךw ווען זי הערט אַזוינע אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען, אָדער ווען די עגיפּטער פֿאַרברענען די קלויסטערס פֿון די קאָפּטישע קריסטן — אַ צווייטע רעליגיעזע מינאָריטעט אין לאַנד. זי האַלט אָבער, אַז ס׳רובֿ עגיפּטער ווייסן אַפֿילו נישט, אַז עס וווינען נאָך ייִדן דאָרט.
ווען די דעמאָנסטראַנטן האָבן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן פֿון טאַכריר־פּלאַץ, רופֿנדיק דעם איסלאַמישן פּרעזידענט מאָכאַמעד מורסי צו דעמיסיאָנירן, האָט זי זיך אויך צו זיי אָנגעשלאָסן. „די אַחדות פֿון פֿאַרשידענע מענטשן אין טאַכריר איז געווען אויסערגעוויינטלעך. געוויסע מענטשן האָבן מיך דערקענט, ווײַל איך בין געווען אויף טעלעוויזיע. זיי האָבן מיר געדריקט די האַנט און געזאָגט: ׳איר זענט אַן אמתער עגיפּטער!׳‟
די 61־יאָריקע כאַרון איז די ייִנגסטע פֿון די 14 פֿרויען, וואָס באַטרעפֿן די קליינטשיקע ייִדישע קהילה אין קאַיִר. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען שוין אין די 80ער, וווינען פֿון וועלטפֿאַרזאָרג־סובסידיעס, און פֿונעם דירה־געלט, וואָס קומט אַרײַן, אַ דאַנק די הײַזער, וואָס די קהילה פֿאַרמאָגט שוין דורות לאַנג.
כאַרון זאָגט, אַז די קהילה איז שטאָלץ מיט איר מדינה און, ווי אַ סך עגיפּטער, שטיצט זי די קאַמפּאַניע מצד דער אַרמיי צו דערשטיקן מורסיס „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟.
די ייִדן וווינען אין עגיפּטן שוין טויזנטער יאָרן לאַנג. בעת דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל אין 1948, האָבן אין עגיפּטן געוווינט בערך 75,000 ייִדן, אָבער זינט דעמאָלט זענען כּמעט אַלע אַנטלאָפֿן פֿון דאָרט. די וועלכע זענען פֿאַרבליבן, האָבן בכלל נישט בדעה אַוועקצופֿאָרן. הגם כאַרון האָט קרובֿים אין אייראָפּע, זאָגט זי, אַז זי וועט „קיין מאָל נישט אַוועק‟.
„איך וויל טאָן אַלץ וואָס איך קען צו העלפֿן דאָ,‟ האָט זי געזאָגט. „איך בין צופֿרידן וואָס דאָס פֿאָלק מאַרשירט אין די גאַסן. אַנשטאָט צו רעדן וועגן פֿוסבאָל, רעדט מען אַרום פּאָליטיק.‟
ביז איצט זענען נישט פֿאָרגעקומען קיין אַנטיסעמיטישע אַקציעס, אָבער אונטער מורסיס הערשאַפֿט, האָט די רעגירונג באַשלאָסן, נאָך צוואַנציק יאָר, אָפּצושטעלן אַ חודשלעכע סובסידיע פֿון 1,000$ פֿאַר דער ייִדישער קהילה.
„די ׳מוסולמענישע ברודערשאַפֿט׳ איז אַ פֿאַשיסטישע באַוועגונג,‟ האָט כאַרון באַמערקט. „איך האָף, אַז ס׳וועט זיך אין גיכן אָנהייבן אַ נײַע תּקופֿה אין עגיפּטן, וווּ אַלע וועלן זײַן גלײַך, נישט געקוקט אויף זייערע פּאָליטישע שטעלונגען. איך בין אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט.‟
לבֿנה זמיר, די פּעזידענטין פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון עגיפּטישע ייִדן אין ישׂראל‟, וועלכע וווינט הײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ, זעט אויך אַ האָפֿענונג. „כ׳בין זייער שטאָלץ, וואָס די עגיפּטער ווילן צוריקברענגען סעקולאַריזם און קאָסמאָפּאָטאָליטיזם,‟ האָט באַמערקט זמיר, וועלכע איז מיט איר משפּחה פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון קאַיִר, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. „זיי דאַרפֿן עמעצן אַזוי ווי [דער געוועזענער פּרעזידענט אַנוואַר] סאַדאַט, צו שאַפֿן אַ מער אָפֿענע געזעלשאַפֿט אין דער אַראַבישער וועלט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.