אויף פֿינטשלי־ראָוד, אַ קאָמערציעלע גאַס, וואָס שנײַדט דורך די פֿאָרשטעט פֿון לאָנדאָן, געפֿינען זיך אַ צאָל סופּערמערק, מעבל־געוועלבן, אַ פּאָפּולערער קינאָ, און לעצטנס — דאָס בוי־אָרט פֿון אַ נײַעם, כּמעט־פֿאַרענדיקטן פּראָיעקט: דער ערשטער ייִדישער קהילה־צענטער אין גרויס־בריטאַניע.
באַקאַנט מיטן צונאָמען JW3 (אַ ווערטערשפּיל אויפֿן אָרטיקן פּאָסט־קאָד NW3), וועט דער נײַער ייִדישער צענטער פֿאַרנעמען 35,000 קוואַדראַטפֿוס, צעטיילט אויף פֿיר שטאָק. דער חנוכּת־הבית, וואָס דאַרף פֿאָרקומען דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט אָפּשפּיגלע דעם היסטאָרישן מאָמענט, ווי אַזוי די בריטישע ייִדן זעען זיך אַליין. אין פֿאַרגלײַך מיט ניו־יאָרק, וווּ דער ייִדישער כאַראַקטער איז כּמעט אַ טייל פֿון דער אידענטיטעט פֿון דער שטאָט, איז דאָס ייִדישע לעבן אין ענגלאַנד ביז איצט געווען שטילער און מער באַשיידן.
„אַז מע לייענט די ייִדישע פּרעסע אין ענגלאַנד במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען ווי די ייִדישע כּלל־טוער האָבן תּמיד געהאַלטן, אַז די ייִדן דאַרפֿן זיך אויפֿפֿירן אַזוי ׳בריטיש׳ ווי מעגלעך,‟ האָט דערקלערט ריימאָנד סימאָנסאָן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם נײַעם קהילה־צענטער. „מיר, בריטישע ייִדן, באַטראַכטן די אַמעריקאַנער ייִדן ווי אַ ביסל צו דעמאָנסטראַטיוו וועגן זייער ייִדישער אידענטיטעט.‟
געוויסע זאַכן האָבן זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן יאָ געביטן. הײַנט צינדט מען שוין חנוכּה־לעמפּ בפֿרהסיא; מע מאַרשירט אין פּראָ־ישׂראלדיקע פּאַראַדן, און מע פֿירט דורך יערעלעכע ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן. אָבער דער נײַער קהילה־צענטער וועט פֿאָרט באַטרעפֿן אַ געוויסע סענסאַציע.
„ס׳איז גאַנץ ראַדיקאַל,‟ האָט סימאָנסאָן באַמערקט. „כ׳וויל, אַז JW3 זאָל אַרויסשפּרינגען פֿון די געשיכטע־ביכער, דאָקומענטאַר־פֿילמען און מוזיי־אויסשטעלונגען, און שילדערן די ייִדישע קולטור מיט אַ פֿיל־פֿאַרביקן, סטערעאָפֿאָנישן, אַרומנעמיקן פֿאָרמאַט.‟
הגם עס זענען דאָ אַנדערע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אין לאָנדאָן — ווי, למשל, דער „לאָנדאָנער ייִדישער קולטור־צענטער‟ און דער „ייִדישער מוזיי‟ — וועט JW3 זײַן די ערשטע, וואָס נעמט אַרײַן אַ ריזיקן פֿאַרנעם פֿון אַקטיוויטעטן אין ייִדישן קינאָ, טענץ, קאָכערײַ, קונסט, דערציִונג, קינדערגערטנער, ביוראָען, און נאָך און נאָך — געצילעוועט סײַ אויף די איבערגעגעבענע ייִדן, סײַ אויף די נישט־אַפֿליִיִרטע.
דער געדאַנק פֿון בויען אַ ייִדישן צענטער אין לאָנדאָן אויפֿן אַמעריקאַנער נוסח איז צו שטאַנד געקומען, ווען די פֿילאַנטראָפּין וויוויען דאָפֿילד האָט מיט צען יאָר צוריק באַזוכט ניו־יאָרק, און זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן פֿונעם געפּאַקטן קאַלענדאַר בײַם JCC און דער 92nd Street Y — ביידע אין מאַנהעטן. נאָכן אַהיימקומען, האָט זי געפּרוּווט איבערצײַגן די בריטישע ייִדן, אַז מע דאַרף דאָרט אויך בויען אַזאַ צענטער. מיט דער צײַט האָבן די אָרטיקע פּאָליטיקער און ייִדישע כּלל־טוער מסכּים געווען.
זינט דעמאָלט האָט מען שוין געהאַט צונויפֿגעזאַמלט 76 מיליאָן דאָלאַר, סײַ פֿון דאָפֿילד, סײַ פֿון אַנדערע מנדבֿים. אַלע — סײַ די שטיצער, סײַ די וועלכע האָבן ספֿקות וועגן דעם פּראָיעקט — וואַרטן אומגעדולדיק צו זען, ווי אַזוי לאָנדאָן וועט אויפֿנעמען אַזאַ פֿולע ייִדישע פּראָגראַם: 1,000 אונטערנעמונגען פֿון קונסט, דראַמע, קינאָ און נאָך — בלויז אין די ערשטע עטלעכע חדשים.
דאָפֿילד האָפֿט, אַז JW3 וועט ווערן אַ הויפּט־קולטור־אָרט פֿאַר ייִדן און נישט־ייִדן, אַרײַנגערעכנט „יענע מענטשן, וועלכע זענען ייִדן, אָבער האָבן אין דעם פֿאַרגעסן‟, האָט זי געזאָגט.
וועט דער נײַער צענטער אויך צוציִען די אָרטיקע חרדים, וועלכע פֿאַרנעמען הײַנט אַ היפּשן פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג? „מסתּמא נישט,‟ האָט געענטפֿערט ריטשאַרד ווערבער, דער מיט־דירעקטאָר פֿונעם יערלעכן ייִדישן לערן־פֿעסטיוואַל, „לימוד‟. „אָבער נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז עס וועט זיך געפֿינען אין JW3 אַ כּשרער רעסטאָראַן און אַ סענסיטיווקייט צו די ייִדן, וועלכע היטן שבת, וועט עס מסתּמא יאָ קאָנען אַרײַנברענגען די מער מעסיקע רעליגיעזע ייִדן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.