איינע פֿון די פֿאַרשפּרייטע סיבות פֿון סקאַנדאַלן און קאָנטראָווערסיעס אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט האָט צו טאָן מיט דער פֿראַגע „ווער איז אַ ייִד?‟ — וועלכע רופֿט אַרויס פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן וועלטלעכע, רעפֿאָרמער, פֿרומע און „נישט גענוג פֿרומע‟ ייִדן.
צום באַדויערן, מוטשען זיך נישט ווייניק מענטשן פֿון קאָרופּציע און גראָבן ראַסיזם, ווען עס קומט צו דעם ענין פֿון גיירות. למשל, איך קען אַ פֿרומע משפּחה, וועלכע האָט צרות מיט דער בילדונג פֿון זייערע קינדער, ווײַל די פֿרומע שולן האָבן נישט געוואָלט אָנערקענען דעם בית-דין, וועלכער האָט מגייר געווען די מאַמע. אײַ, מע קאָן זיך דאָך פֿאַרבינדן מיט די רבנים, אָדער צו טובֿלען זיי נאָכאַמאָל אין אַ מיקווה לשם גיירות? מיט 100 יאָר צוריק וואָלט מען אַזוי געטאָן, אויב הײַנט ווערן די גיור-פּראָצעסן קאָנטראָלירט דורך פּאָליטיזירטע ביוראָקראַטישע אינסטאַנצן.
מײַן פֿרוי קען אַן אַראַבער פֿון לבֿנון, וועלכער איז, אַגבֿ, געוואָרן אַ פֿאַרברענטער רעליגיעזער ציוניסט, האָט ער זיך געמוטשעט אַ סך יאָר, בעטנדיק אים מגייר צו זײַן. די איינציקע סיבה פֿון די לאַנגע כּסדרדיקע אָפּזאָגן איז געווען זײַן אַראַבישער אָפּשטאַם.
מיט אַ חודש צוריק האָט אויסגעבראָכן אַ נײַער סקאַנדאַל. מתּתיהו וואָלשטיין, אַ יונגער חב״דניק, אַ ייִד אַ תּלמיד-חכם, האָט באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. ווען ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט, האָט ער, צוערשט, געפּרוּווט זיך אָנצושליסן אין אַ ליובאַוויטשער ישיבֿה, אויסנוצנדיק אַ פֿאַלשן דאָקומענט, לויט וועלכן זײַן באָבע איז געווען אַ ייִדישע. שפּעטער האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז לויט דער עכטער ייִדישער טראַדיציע דאַרף ער זיך מגייר זײַן, און האָט עס טאַקע געטאָן, דורך אַן אָפֿיציעל אָנערקענטן בית-דין. דער ישׂראלדיקער אינערן-מיניסטעריום האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אַרײַנצולאָזן אים אינעם לאַנד, טענהנדיק, אַז זײַן גיירות איז נישט געווען „גענוג ערנסט‟. ווי באַלד עס גייט אַ רייד וועגן אַ מענטש, וואָס שטודירט שוין יאָרן לאַנג אַ גאַנצן טאָג אין אַ רעכטער פּראָ-ישׂראלדיקער ישיבֿה, קלינגט די מעשׂה באַזונדערס מאָדנע און אומיושרדיק.
אין אַזעלכע סתּירותדיקע סיטואַציעס שפּיגלט זיך אָפּ די אומאָנגענעמע סתּירותדיקע טענדענץ צו באַטראַכטן ייִדישקייט ווי אַ שאַרף פּאָלאַריזירטע טראַדיציע: אָדער מע איז 100 פּראָצענט אַ ייִד אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם וואָרט, אָדער 100 פּראָצענט אַ גוי.
ייִדישקייט האָט דעם גײַסטיק-פֿילאָסאָפֿישן און דעם קהילה-אַספּעקט. אינעם גײַסטיק-פֿילאָסאָפֿישן זין, זענען די ייִדן, ווי באַקאַנט, „אַן אויסדערוויילט פֿאָלק‟, וואָס פֿירט אויס אַ ספּעציעלע געטלעכע מיסיע אין דער וועלט. די גרענעצן פֿונעם „גאָטס פֿאָלק‟ זענען אָבער לאַוו-דווקא קלאָר. על-פּי קבלה, זענען צווישן ייִדן פֿאַראַן פֿרעמדע נשמות — דער „ערבֿ-רבֿ‟. הגם אַזעלכע מענטשן שטאַמען פֿון ייִדן, זענען זיי נישט „אויסדערוויילטע‟.
הרבֿ שמואל אַלעקסאַנדראָוו, זייער אַן אָריגינעלער און טיפֿער חסידישער דענקער, האָט באַמערקט, אַז אַחוץ דער פֿיזישער ברית־מילה, איז אויך פֿאַראַן דער „ברית־הלשון‟. דער דאָזיקער באַגריף ווערט אָפֿט באַטראַכט אין קבלה-ספֿרים. די וועלטלעכע ייִדישיסטן היטן אָפּ דעם דאָזיקן גײַסטיקן ברית, לויט אַלעקסאַנדראָוון, אויב אַפֿילו זיי מלן נישט זייערע קינדער; אין דער ייִדישער שפּראַך שטעקט דער כּוח פֿון „אויסדערוויילטקייט‟.
ווייניקער מענטשן ווייסן, אַז די גילגולים-טעאָריע ברענגט אויך צו אַ אַנדערן אויספֿיר: אַזוי ווי צווישן ייִדן איז פֿאַראַן דער „ערבֿ-רבֿ‟, זענען צווישן די גוים פֿאַראַן ייִדישע נשמות. די חז״ל באַנוצט זיך כּסדר מיטן אויסדרוק „גר שנתגייר‟ — „אַ גר, וואָס האָט זיך מגייר געווען‟; על-פּי חסידות, ווײַזט דער דאָזיקער אויסדרוק, אַז אַ גר האָט פֿון אָנהייב אָן אַ ייִדישע נשמה. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט, אַז צווישן אַלע פֿעלקער און אין אַלע רעליגיעס טרעפֿן זיך „גרים בכּוח‟ — מענטשן, וואָס ווערן פּלוצעם דורכגענומען מיט דער הייליקער אמונת-ישׂראל און ווערן ייִדן, אינעם רוחניותדיקן זין, הגם נישט אַלע פֿון זיי קומען צו דער פֿיזישער ייִדישקייט.
פֿאַר געוויסע מענטשן, וועלכע באַטראַכטן דעם ענין פֿון כּלל-ישׂראל נאָר אינעם קאָנקרעטן עטניש-רעליגיעזן זין, קאָנען אַזעלכע געדאַנקען קלינגען אויסטערליש און אַפֿילו שאָקירנדיק, ווײַל דער פֿיזישער אָפּשטאַם פֿון ייִדן און אַפֿילו דער פֿרומער לעבנסשטייגער איז נישט קיין גאַראַנטיע פֿון „אויסדערוויילטקייט‟, אויב מע פֿירט זיך אויף, נעבעך, ווי אַ חזיר.
אינעם אַרטיקל וועגן חסידי-אומות-העולם, דערמאָנט „Encyclopedia Judaica‟ דעם באַקאַנטן ספֿר „עקידת יצחק‟ פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿילאָסאָף און מקובל יצחק עראמה. לויט דעם מחבר פֿונעם ענציקלאָפּעדיע-אַרטיקל, איז „יעדער עכט ערלעכער נישט-ייִד גלײַך צו אַ ייִד‟. עראמהס אָריגינעלער געדאַנק איז אָבער אַ סך טיפֿער, אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אין זײַנע ווערטער. לויט זײַן פֿילאָסאָפֿישן אינטערנאַציאָנאַליזם, באַשטייט דאָס אויסדערוויילטע „פֿאָלק‟ פֿון אַלע גוטהאַרציקע און גײַסטיק-אַנטוויקלטע מענטשן, לאוו-דווקא ייִדן. די אַנדערע קלאַסישע דענקער, אַרײַנגערעכנט דעם רמב״ם און מנחם מאירי, האַלטן אויך אַזוי. דער רמב״ם האָט געגלייבט, אַז אַריסטאָטל, זײַענדיק אַ גריך, איז געשטאַנען אויף אַ העכערער מדרגה ברוחניות, ווי די ייִדישע חז״ל. מאירי האָט בפֿירוש אַרײַנגערעכנט ערלעכע קריסטן און מוסולמענער אינעם גײַסטיקן „עם־ישׂראל‟.
הרבֿ אַבֿרהם-יהודה חן, אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנטער חבֿ״ד-דענקער, ברענגט קאָנקרעטע און שאַרפֿע בײַשפּילן פֿון אַזאַ לאָגיק. דער רוסישער קריסט וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און דער הינדוס ראַבינדראַנאַט טאַגאָר זענען פֿאַר אים ייִדן, „וואָס ס׳פֿעלט זיי בלויז דאָס פֿאָרמעלע גיירות‟, אָבער אַ סך ייִדיש-שטאַמיקע באָלשעוויקעס און ציוניסטן זענען „גוים מיט ייִדישע מעטריקעס‟. חן האָט געלעבט אין דער רעוואָלוציאָנערער תּקופֿה און אָנגעווענדט זײַן לאָגיק אויך צו די באַרימטע רעוואָלוציאָנערן: דער רוס פּיאָטר קראָפּאָטקין איז פֿאַר אים אַ גרויסער צדיק, און דער ייִד לייב טראָצקי — אַ גוי אַ רשע. הגם ביידע זענען געווען אַטעיִסטן, האָט חן אײַנגעזען ייִדישקייט אין קראָפּאָטקינס עטישע געדאַנקען.
עס באַקומט זיך, אַז אַ מענטש קאָן זײַן אַ טייל פֿונעם „עם-סגולה‟, נישט האָבנדיק קיין ייִדישע שרשים און נישט זײַענדיק רעליגיעז, בלויז צוליב דעם גוטן האַרץ און עטישע אידעאַלן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעזאַפּט די ייִדישע שפּראַך, לויט אַלעקסאַנדראָוון. אַן ענטוזיאַסטישער אַקטיוויסט פֿונעם בונד, וואָס האָט נישט קיין גשמיותדיק שײַכות צו ייִדן, קאָן זײַן ברוחניות אַ בעסערער ייִד, ווי אַ פֿרומער גנבֿ.
כּדי אַרײַנצוטרעטן אין אַ קאָנקרעטער ייִדישער קהילה, אינעם היסטאָרישן אַוואַנגאַרד פֿון דער גײַסטיקער „אויסדערוויילטקייט‟, איז בײַ ייִדן פֿאַראַן די טראַדיציאָנעלע פּראָצעדור פֿון גיירות. אין די פֿאַרגאַנגענע תּקופֿות האָט זי אָבער געפֿאָדערט בלויז אַ מיקווה און דרײַ עדות, ווי אויך אַ מוהל פֿאַר אַ מאַן. אין די אַלטע ייִדישע דאָקומענטן ווערן נישט דערמאָנט קיין לאַנגע ביוראָקראַטישע פּראָצעסן און אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. לויט מאירי, קאָן אַ מענטש זיך אַפֿילו אַליין מגייר זײַן, הגם אַזאַ דעה איז נישט געוואָרן פֿאַרשפּרייט; אינעם שולחן-ערוך שטייט אָבער געשריבן, אַז אַ קינד פֿון אַ מאַמע, וועלכע האָט זיך אַליין מגייר געווען, בלײַבט אַ ייִד, הגם די מאַמע מוז זיך טובֿלען נאָכאַמאָל אין מיקווה מיט עדות.
אַ סך גוט באַקאַנטע רבנים פֿלעגן כּסדר מגייר זײַן מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט זײַטיקע מאָטיוון און זיך נישט געקליבן צו ווערן פֿרום — למשל, נישט-ייִדישע געליבטע פֿון ייִדן. דער היסטאָריקער מלך (מאַרק) שאַפּיראָ האָט געזאַמלט אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם. אינעם יאָר 1720, האָט די שפּאַנישע אינקוויזיציע פֿאַרמישפּט צום טויט און אומגעבראַכט דעם קובאַנער פּיראַט כאָסע דיאַז פּימיענטאַ — פֿאַר דעם, וואָס ער איז געוואָרן אַ ייִד. דער בית-דין, וועלכער האָט אים מגייר געווען, האָט זיכער געוווּסט, אַז דער פּיראַטישער לעבנס־שטייגער פּאָרט זיך שוואַך מיט פֿרומקייט. הגם דאָס קומט אין סתּירה מיט די דערמאָנטע הויכע עטישע יסודות פֿון ייִדישקייט, ווײַזט דער דאָזיקער בײַשפּיל גאַנץ קלאָר, אַז אין די אַמאָליקע צײַטן האָט מען באַטראַכט דאָס גיירות ווי אַ גענוג פּשוטן פֿאָרמעלן ריטואַל, און נישט ווי אַ קאָמפּליצירטן פּראָצעס פֿון ווערן אַ מיטגליד פֿון דער אויסדערוויילטער עליטע.
די הײַנטיקע סקאַנדאַלן אַרום גרים און געמישטע משפּחות זענען טיף פֿאַרבונדן מיט די זאָרגן וועגן אַסימילאַציע, וואָס ווערט, געוויינטלעך, באַטראַכט בלויז ווי אַ דעמאָגראַפֿישער פּראָצעס. דער גרויסער ייִדישער דענקער יצחק־נחמן שטיינבערג האָט אַמאָל באַמערקט, אַז אַ סך מער סכּנותדיק איז די אַסימילאַציע פֿון מענטשלעכקייט.
אַנשטאָט צו באַליידיקן דעם דערמאָנטן אוקראַיִנישן גר מיט נאַרישע ספֿקות וועגן זײַנע אמתע מאָטיוון, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז דאָס אמתע „אויסדערוויילטע פֿאָלק‟, אינעם רוחניותדיקן זין, זענען גוטהאַרציקע און ערלעכע מענטשן פֿון אַלע פֿעלקער. אין שײַכות דערמיט, איז כּדאַי זיך אויך צו דערמאָנען, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור שפּילן די הויכע און ברייטע מענטשלעכע אידעאַלן אַ ריזיקע ראָלע; אַ סך ייִדישע שרײַבער זענען טאַקע געווען דער עטישער אַוואַנגאַרד פֿון דער גאַנצער מענטשהייט. די בעסטע סגולה קעגן אַסימילאַציע איז נישט די ישׂראלדיקע ביוראָקראַטיע אָדער די שנאָרערײַ-אַקטיוויטעטן פֿונעם ייִדישן „איסטעבלישמענט‟, נאָר אַ בעסערע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און פֿילאָסאָפֿיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.