פּראָפֿעסיאָנעל באַשעפֿטיק איך זיך זייער ווייניק מיט דער געשיכטע פֿון חורבן. ס’איז געווען אָבער אַ צײַט, אין די 1970ער יאָרן, ווען איך האָב וועגן דעם אַ סך געלייענט, סײַ אויף ייִדיש (גענומען ביכער אין דער מאָסקווער שטאָט-ביבליאָטעק) און סײַ אויף רוסיש. איבערגעלייענט האָב איך דעמאָלט אויך די רוסישע איבערזעצונג פֿון דעם בוך La mort est mon métier (אויף ענגליש איז עס אַרויס ווי Death is My Trade) פֿון דעם פֿראַנצויזישן שרײַבער ראָבער מערל (Robert Merle). אַפֿילו איצט, צענדליקער יאָרן שפּעטער, געדענק איך, אַז אויף מיר האָט דאָס בוך געמאַכט זייער אַ שטאַרקן אײַנדרוק. די רייד איז דאָרט געגאַנגען וועגן דעם קאָמענדאַנט פֿון אוישוויץ רודאָלף העס, כאָטש מערל האָט גענוצט אַן אַנדער נאָמען אין זײַן ליטעראַרישן ווערק.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט די לאָנדאָנער צײַטונג „סאַנדי טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסן אַרטיקל, וועלכער האָט אַ דירעקטן שײַכות צו רודאָלף העס, כאָטש די רייד גייט, דער עיקר, וועגן האַנס אַלעקסאַנדער, דעם ייִד, וואָס האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע בײַם אויסזוכן און אַרעסטירן דעם מאַסן-מערדער. האַנס אַלעקסאַנדער, וואָס זײַן משפּחה האָט געהאַט דאָס מזל צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד קיין ענגלאַנד, האָט געדינט בעת דער מלחמה אין דער בריטישער אַרמיי. נאָך דעם ווי די בריטישע אַרמיי האָט זיך באַקענט מיטן שרעקלעכן גורל פֿון די קאַצעטניקעס אין בעלזען, איז באַשלאָסן געוואָרן צו שאַפֿן אַ באַזונדערע גרופּע, וועלכע זאָל זיך פֿאַרנעמען מיטן אויספֿאָרשן די אַכזריות-אַקטן פֿון די נאַציס. האַנס אַלעקסאַנדער איז געשיקט געוואָרן צו זײַן איינער פֿון די איבערזעצער אין דער גרופּע, וואָס האָט גיך פֿאַרשטאַנען, אַז העס איז געווען אַ צענטראַלע פֿיגור אין דעם ענין.
מע האָט זיך דערוווּסט, אַז די העסן זײַנען, ווי אַ סך נאַציס, אַנטלאָפֿן און זיך געלאָזט פֿאָרן ערגעץ אין דער ריכטונג פֿון דער דענישער גרענעץ. אָנהייב 1946 האָט די בריטישע אויסשפּיר-דינסט שוין געוווּסט, וווּ עס געפֿינט זיך די משפּחה העס — זײַן ווײַב און פֿיר קינדער. דעם 7טן מאַרץ האָט מען די פֿרוי אַרעסטירט, אָבער זי האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט אַנטפּלעקן, וווּ עס האָט זיך אויסבאַהאַלטן איר מאַן.
זי האָט זיך געהאַלטן אין משך פֿון פֿיר טעג, אָבער סוף-כּל-סוף געגעבן דעם אַדרעס פֿון דער פֿאַרם, ניט ווײַט פֿון דער שטאָט פֿלענסבורג, לעבן דער דענישער גרענעץ, וווּ העס האָט געוווינט אונטערן אַן אַנדער נאָמען. (אין פֿלענסבורג האָט זיך זינט דעם 1טן מײַ 1945 געפֿונען די לעצטע רעגירונג פֿון דעם נאַציסטישן דײַטשלאַנד.) געטאָן האָט זי עס, ווען האַנס אַלעקסאַנדער האָט זי גענומען סטראַשען מיטן אַרויסשיקן איר עלטערן זון קיין סיביר אויף אייביק. געשטעלט פֿאַר דער ברירה אויסצוקלײַבן צווישן דעם זון און דעם מאַן, האָט זי אויסגעקליבן דעם זון.
צו אַרעסטירן העסן זײַנען צוזאַמען מיטן קאַפּיטאַן אַלעקסאַנדער אַוועקגעפֿאָרן צוואַנציק זעלנער און אַ מיליטערישער דאָקטער — ס’איז וויכטיק געווען צו כאַפּן אים אַ לעבעדיקן. צו יענער צײַט איז שוין אין משך פֿון פֿיר חדשים געגאַנגען דער נירנבערגער פּראָצעס. דעם 15טן אַפּריל האָט מען פֿאַר דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט געבראַכט העסן און פֿאָרגעלייענט זײַנע ווערטער, אַז ער האָט אָנגעפֿירט מיטן לאַגער אין אוישוויץ ביזן 1טן דעצעמבער 1943 און אַז, לויט זײַן אָפּשאַצונג, זײַנען דאָרטן אומגעבראַכט געוואָרן — אין די גאַז-קאַמערן און דערנאָך פֿאַרברענט — ניט ווייניקער פֿון 2.5 מיליאָן קרבנות. דערצו זײַנען לכל-הפּחות נאָך 500 הונדערט טויזנט מענטשן געשטאָרבן אין דעם לאַגער גופֿא. (הײַנט איז אָנגענומען געוואָרן, אַז אין אוישוויץ זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1.3 מיליאָן נפֿשות, 90 פּראָצענט פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן.) דאָס איז געווען אַ קריטישער מאָמענט אין דעם נירנבערגער פּראָצעס.
די פּוילישע רעגירונג האָט גענומען פֿאָדערן, אַז העסן זאָל מען מישפּטן בײַ זיי אין לאַנד — דאָרטן, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער טויט-לאַגער. דעם 2טן אַפּריל 1947 האָט דער פּוילישער געריכט אַרויסגעטראָגן זײַן אורטייל: צו הענגען העסן אויף דער טעריטאָריע פֿון אוישוויץ.
עפּעס אַ המשך האָט די דאָזיקע געשיכטע אויך הײַנט, ווײַל רײַנער העס, אַן אייניקל פֿונעם מערדער, געהערט צו דער גרופּע אייניקלעך פֿון פֿירנדיקע נאַציסטן, וועגן וועלכע מע רעדט אין דער מעדיאַ. ער האָט מער קיין באַציִונגען ניט מיט זײַנע קרובֿים, וועלכע האַלטן אים פֿאַר אַ פֿאַררעטער. ער טרעט אַרויס אין פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן, רעדט מיט סטודענטן וועגן דעם חורבן. וועגן אים און אַזעלכע ווי רײַנער העס דערציילט דער דאָקומענטאַלער פֿילם „היטלערס קינדער‟ פֿון חנוך זאבֿי, וואָס מע ווײַזט זינט 2011 אין פֿאַרשיידענע לענדער. איך האָב עס מיט אַ פּאָר חדשים צוריק געזען אויף דער בריטישער טעלעוויזיע.
האַנס אַלעקסאַנדער איז געשטאָרבן אין 2006. מיט זײַן לעבן האָט זיך אויך פֿאַראינטערעסירט און אָנגעשריבן וועגן דעם איינער פֿון זײַנע אייניקלעך, וועלכער איז ניט צו פֿאַרגלײַכן גליקלעכער פֿון די „היטלערס קינדער‟, ווײַל ער קען זיך גרויסן מיט אַזאַ משפּחה-פֿאַרבינדונג. דאָס קען קלינגען זייער באַנאַל און מאָראַליסטיש, אָבער אַזוי איז עס, און מע דאַרף עס זאָגן אויף אַ קול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.