דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟ האָט קריטיקירט, וואָס געוויסע אורקאַיִנישע גלחים באַזוכן נעאָ־נאַציסטישע אונטערנעמונגען. ראָנאַלד לאַודער, דער פּרעזידענט פֿונעם קאָנגרעס האָט דעם 22סטן אויגוסט אָנגעשריבן אַ בריוו צום הויפּט פֿון דער אוקראַיִנישער אָרטאָדאָקסישער קירך, פּאַטריאַרך פֿילאַרעט, אין וועלכן ער באַטאָנט, אַז מע מוז האָבן אַ „מאָראַלישע אויטאָריטעט‟, כּדי „אויסצומײַדן די ווײַטערדיקע רעהאַביליטאַציע פֿון נאַציזם‟.
אין זײַן בריוו, האָט לאַודער דערמאָנט אַן אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען נישט לאַנג צוריק אין לעמבערג, וווּ מע האָט אָפּגעמערקט דעם 70סטן יאָרטאָג פֿונעם שאַפֿן די גאַליציאַנער דיוויזיע „וואַפֿען עס־עס‟, אין וועלכער די אוקראַיִנישע זעלנער האָבן געדינט אויפֿן צד פֿון די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
לאַודער האָט געמאָלדן, אַז ער איז געווען שאָקירט פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, וווּ יונגע אוקראַיִנער האָבן זיך באַוויזן אָנגעטאָן אין די נאַצי-אוניפֿאָרמען מיט האַקנקרייצן, טראָגנדיק דאָס געביין פֿון די נאַצי־זעלנער, „וואָס מע האָט עס מיט גרויס כּבֿוד און מיט אַ מיליטערישן סאַלוט באַגראָבן אין נײַע קבֿרים‟. דער פֿירער פֿונעם ייִדישן קאָנגרעס איז באַזונדערס איבערראַשט, וואָס אַן אוקראַיִנישער אָרטאָדאָקסישער גלח האָט „ווי עס זעט אויס, אַרויסגעוויזן אַ רעליגיעזע לעגיטימיזאַציע‟ פֿון די נאַציס.
די דערמאָנטע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען סוף יולי. אַ גרופּע יונגע אוקראַיִנער האָט זיך פֿאָטאָגראַפֿירט אין מיליטערישע טראַנשייען מיט ביקסן, אָנגעטאָן ווי נאַציס, שפּילנדיק די ראָלע פֿון קעמפֿער קעגן דער סאָוועטישער אַרמיי. אַ גלח האָט דורכגעפֿירט אַ גאָטסדינסט אין אָנדענק פֿון די געפֿאַלענע סאָלדאַטן און געבענטשן עטלעכע יונגע-לײַט מיט האַקנקרייצן, בעת זיי האָבן דורכגעפֿירט דעם קבֿורה-ריטואַל.
לאַודער האָט געבעטן דעם פּאַטריאַרך נישט צו דערלאָזן, אַז זײַנע גלחים זאָלן אָנטיילנעמען אין אַזעלכע צערעמאָניעס, וווּ די גענאָציד-זעלנער ווערן געשילדערט ווי העלדן. לויט די פֿאָרשער פֿונעם טאָראָנטאָ-אוניווערסיטעט, זענען אַרום 800,000 ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. די אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַציאָניסטן האָבן געהאָלפֿן די דײַטשישע מערדער צו געפֿינען און באַוואַכן די אָרטיקער ייִדן; אין אַ סך פֿאַלן האָבן די אוקראַיִנער זיך דירעקט באַטייליקט אין די אומברענג־אַקציעס.
אָלעג פּאַנקעוויטש, אַ דעפּוטאַט פֿון דער עקסטרעם-רעכטער פּאַרטיי „פֿרײַהייט‟, האָט זיך אויך באַטייליקט אין דער דערמאָנטער קבֿורה־צערעמאָניע. לאַודער האָט צוגעגעבן, אַז אינעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירט מען פֿאַרבעטן דעם פּאַטריאַרך פֿילאַרעט אויף דעם צוזאַמענטרעף פֿון די ייִדישע קאָנגרעס-פֿירער, וועלכער וועט פֿאָרקומען אין קיִעוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.