איך ווייס גאַנץ גוט, אַז פֿאַר די אַמעריקאַנער בכלל און בפֿרט פֿאַר די ניו-יאָרקער, זענען ייִדישע שרשים נישט קיין גרויסער חידוש. אין אַמעריקע וווינט אַ ריזיקע צאָל ייִדן, וועלכע שפּילן אַ גרויסע ראָלע אינעם קולטורעלן, פּאָליטישן און אינטעלעקטועלן לעבן פֿונעם לאַנד.
דאָ, אין איטאַליע, שפּילט די ייִדישע קהילה אויך אַ מערקווירדיקע ראָלע, נישט געקוקט אויף איר אַ סך קלענערן פֿאַרנעם — 25,000 נפֿשות.
פֿונדעסטוועגן, ווי אַ רעדאַקציע־מיטגליד פֿונעם זשורנאַל „Pagine Ebraiche‟ („ייִדישע זײַטן‟), פּובליקירט דורכן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות אין איטאַליע, בין איך געווען זייער צופֿרידן, ווען דזשיל אַבראַמסאָן, די ערשטע פֿרוי, וואָס איז געוואָרן די אויספֿיר-רעדאַקטאָרין פֿון „ניו־יאָרק טײַמס‟, איז געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ „Crescere tra le righe‟ („שטײַגן צווישן די שורות‟). דאָס איז אַ פּרעסטיזשפֿולע זשורנאַליסטישע אונטערנעמונג פֿאַר די יונגע דורות, וואָס ווערט דורכגעפֿירט יעדעס יאָר אין די בערג פֿון טאָסקאַנע.
ווי אַ יונגע זשורנאַליסטקע, וואָס אַרבעט דערצו אין אַ ייִדישער אויסגאַבע, בין איך געווען נײַגעריק אויסצוגעפֿינען מער וועגן אַבראַמסאָנס באַציִונג צו ייִדישקייט. ווען איך האָב געשילדערט איר פּאָרטרעט אין אונדזער זשורנאַל, ווען „ניו-יאָרק טײַמס‟ האָט אַנאָנסירט איר פּאָזיציע אינעם יאָר 2011, האָב איך שוין אַ סך געלייענט וועגן איר, אַרײַנגערעכנט דזשאָש נייטאַן־קייציזס אַרטיקל אינעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟.
נייטאַן־קייציז האָט דערקלערט, אַז אַבראַמסאָנס באַציט זיך צו איר ייִדישן אָפּשטאַם אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן. זי האָט דערציילט, אַז בײַ איר אין דער היים האָט „טײַמס‟ געדינט די ראָלע פֿון רעליגיע. פֿונדעסטוועגן, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין אַ „טיפּישער ייִדישער סבֿיבֿה‟, אינעם העכער-מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן. איר ייִדישקייט, ווי זי האָט צוגעגעבן, איז געווען „פֿונעם 1960ער סאָרט‟.
איצט האָב איך געהאַט די געלעגנהייט מער אויסצוגעפֿינען וועגן דעם. צו מײַן חידוש, האָט קיינער, בײַם אָנהייב, נישט אָנערקענט די אויספֿיר-דירעקטאָרין פֿון „ניו־יאָרק טײַמס‟. ווען מע האָט דערקלערט אויף דער קאָנפֿערענץ, ווער זי איז, האָט דער עולם זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַראינטערעסירט.
צוערשט, האָבן מיר געשמועסט וועגן דער צוקונפֿט פֿון זשורנאַליזם אין דער הײַנטיקער תּקופֿה. אַבראַמסאָן האָט געזאָגט, אַז נישט געקוקט אויף דעם איצטיקן קריזיס, איז אין דער וועלט נאָך פֿאַראַן אַן אָרט און מאָטיוואַציע פֿאַר יונגע זשורנאַליסטן.
דערנאָך האָב איך אָנגעהויבן פֿרעגן זי וועגן ייִדישע ענינים. אַבראַמסאָן האָט באַשריבן די טיפֿע פֿאַרבינדונג צווישן ניו־יאָרק און דער גרויסער ייִדישער קהילה. איר שוועסטער האָט זיך געלערנט אין אַ זונטיק-שול בײַם רעפֿאָרמער „טעמפּל עמנואל‟ אין מאַנהעטן, אָבער די עלטערן זענען געווען אינגאַנצן נישט רעליגיעז. באַלד, אין סעפּטעמבער, קלײַבט זיך איר טאָכטער, קאָרנעליאַ, חתונה צו האָבן. אַבראַמסאָן האָט דערקלערט, אַז דאָס וועט זײַן, מסתּמא, דער סאַמע ייִדישער מאָמענט אין איר לעבן; זי פֿילט זיך זייער נערוועז, ווײַל זי האָט נישט קיין אַנונג ווי אַזוי מע מאַכט אַ ייִדישע חתונה. „מײַן טאָכטער ווייסט אָבער יאָ וואָס צו טאָן‟, האָט זי צוגעגעבן.
קאָרנעליע גרייט זיך צו ווערן אַ כירורג. איר חתן, מיסטער גאָלדסטאָון, אויך אַ כירורג, האָט געשאַפֿן אַ ספּעציעלע וועבזײַט, געווידמעט זייער קומענדיקער חתונה. נו, קאָן איך זאָגן „מזל-טובֿ‟ דער אָנפֿירערין פֿון „טײַמס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.