סוף
די רעפּערטואַר־פּאָליטיק פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל‟ איז געװען פֿעסט באַשטימט פֿון דער ערשטער פֿאָרשטעלונג אָן — מע שטעלט נאָר די אױסגעפּרוּװטע ייִדישע טעאַטער־קלאַסיק, דהײַנו: שלום־עליכם, איציק מאַנגער, שלום אַש, י.ל. פּרץ, יעקבֿ גאָרדין, און װי אַ צוגאָב, די רעלאַטיװ מאָדערנע ייִדישע און ניט־ייִדישע װערק — באַשעװיס־זינגער, אַהרן מאַגעד, באַרבאַרע לעװאָװ, יהושוע סאָבאָל, יוסף בר־יוסף. און אַזױ יעדעס יאָר, צום װײניקסטן, דרײַ פֿאָרשטעלונגען.
ביזן 1טן יאַנואַר 2012 האָט מען אױסגעפֿירט 83 פֿאָרשטעלונגען פֿון אַריבער דרײַסיק פֿאַרשײדענע מחברים. און צװישן זײ — קײן אײן נאָמען פֿון די געצײלטע לעבעדיקע ייִדישע שרײַבערס. קײן „הײמישן‟ דראַמאַטורג האָט „ייִדישפּיל‟ ניט אױסגעכאָװעט, דעריבער װעט ער קײן „אײגענעם‟ פּנים ניט האָבן; ער װעט מוזן צופּאַסן צום ייִדישן נוסח די מער־װײניקער באַקאַנטע אָדער פּאָפּולערע װערק פֿון אַנדערע שפּראַכן, אָדער איבערניצעװען אַלטע ייִדישע װערק.
אין שײַכות מיט דעם האָט זיך דערמאָנט אַן אַלטער ייִדישער אַנעקדאָט. צװײ עלטערע ייִדן קומען אױף קבֿר־אָבֿות און טרעפֿן זיך בײַם אוהל פֿון אַ באַװוּסטן צדיק. „אַך, — זאָגט אײנער, — אַז איך װעל, אין הונדערט אין צװאַנציק יאָר אַרום שטאַרבן, װאָלט איך געװאָלט ליגן לעבן דעם גרױסן צדיק‟. „און איך, — זאָגט דער צװײטער, — װאָלט געװאָלט ליגן לעבן זײַן טאָכטער לאה‟. „סטײַטש, — זאָגט דער ערשטער, — זי איז דאָך זײער יונג און… זי לעבט נאָך!‟ — „טאַקע דערפֿאַר וויל איך עס!…‟
ניט קוקנדיק אױף מײַן שטילן אָפּטימיזם און גרױסן כּבֿוד צום „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, זעט זיך מיר זײַן צוקונפֿט גאַנץ ניט פֿידלדיק. ערשטנס, איז „ייִדישפּיל‟ דער אײנציקער ייִדישער טעאַטער אינעם ריזיקן מיטלענדישן ראַיאָן, װעלכער װאַרפֿט אָפּ די יסודות פֿון דער אַלטער אײראָפּעיִשער ציװיליזאַציע, אַרײַנגערעכנט די אוצרות פֿון דער אַשכּנזיש־ייִדישער קולטור. דער יונגער דור פֿון די ישׂראלים האָט אַ שטאַרקע נײגונג צו דער אַראַבישער, טערקישער און גריכישער מיטלענדישער קולטור, און דעם דאָזיקן פּראָצעס קען מען ניט אָפּשטעלן.
„ייִדישפּיל‟־טעאַטער איז געגרינדעט געװאָרן און עקזיסטירט ביז הײַנט נאָר אַ דאַנק שמואל עצמון־װירצער. אין 2012 האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, דעריבער קענען מיר שױן רעדן װעגן אַ געװיסער עצמון־תּקופֿה פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער.
דאָס לעבן פֿון אַ טעאַטער איז דאָך באַגרענעצט מיטן לעבן פֿון אײן דור — אַקטיאָרן און צושױער — און אױב מע גרײט ניט צו קײן יורשים פֿון בײדע זײַטן — איז פֿאַרפֿאַלן. „ייִדישפּיל‟ האָט זיך באַזאָרגט מיט אַ גרופּע טאַלאַנטירטע יונגע אַקטיאָרן, מינימום אױף אײן דור פֿאָרױס. פֿון 1999 ביז 2012 האָט מיט זיי געאַרבעט זײער פּעדאַגאָג און רעזשיסאָר מאָטי אַװערבוך. די סטאַבילע אַרבעט פֿון איבער צװײ־דרײַ ספּעקטאַקלען אַ יאָר האָט דערמעגלעכט די יונגע אַקטיאָרן און דעם רעזשיסאָר צו עקספּערימענטירן סײַ אױף דער בינע און סײַ אין דראַמאַטורגיע. מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז דאָס צוגרײטן אַ גוטן ייִדישן אַקטיאָר נעמט אַרום צען יאָר, אָבער צוגרײטן אַ גוטן דראַמאַטורג דױערט, צום װײניקסטן, צװאַנציק יאָר טאָג־טעגלעכער אַרבעט.
איך רעד שױן ניט װעגן דעם, אַז די לאַגע מיט ייִדיש אין ישׂראל איז ניט קײן פּשוטע. אײן זאַך איז זיכער, אױב ס’װעט ניט זײַן קײן מאָדערנע ייִדישע דראַמאַטורגיע, װעט זיך דער ייִדישער טעאַטער פֿאַרװאַנדלען אין אַ ביליקן עקזאָטישן קיטש, נוסח אַ טאַנץ־אַנסאַמבל פֿונעם אינדזל פּוקאַמוקאַ.
מע קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בױך, און אַפֿילו צוטראַכטן אַ זיסע צוקונפֿט פֿאַרן „אײַנגערעדטן קינד‟, אָבער דער פּשוטער שׂכל דערלױבט מיר ניט צו זען די גליקלעכע צוקונפֿט דאָרט, װוּ זי איז אוממעגלעך, איך מײן דעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער און זײַן פֿאַרנעפּלטע צוקונפֿט אין מדינת־ישׂראל.
װי מע פֿלעגט זאָגן אין אָדעס — סמעטענע באַזונדער און פֿליגן באַזונדער… דער ייִדיש־טעאַטער איז תּמיד געװען אַ טעאַטער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער מינדערהײט. און אױב פֿריִער האָט זיך ייִדיש געװאַלגערט אין די פֿרעמדע לענדער פֿון די אײראָפּעס און אַמעריקעס, װאַלגערט הײַנט זיך די שפּראַך אין דער הײם, און מע דאַרף זײַן גוט פֿאַרטשאַדעט, כּדי פֿאָרצושטעלן זיך, אַז טױזנטער ייִדיש־שפּראַכיקע פֿרומע ייִדן װעלן אָנהײבן מאַסנווײַז קומען אין „ייִדישפּיל‟.
מיר זײַנען לעבעדיקע עדות, אַז אַ מאָל טרעפֿט זיך מיט ייִדן אַ נס, און דער גרעסטער פֿון זײ איז, אַז נאָך יאָרן הײמלאָזיקײט האָט זיך דאָס פֿאָלק אומגעקערט אַהײם. נאָר װאָס פֿאַר אַ נס דאַרף געשען, אַז די קױם לעבעדיקע ייִדישע שפּראַך זאָל װידער קלינגען אױף די ייִדישע גאַסן?.. כ’װײס נישט, נאָר מע קען האָפֿן, אַז דער ייִדישער טעאַטער, די לעצטע מולטיפֿונקציאָנאַלע אינסטיטוציע פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע ייִדן, װעט אָפּהיטן די טױזנט־יאָריקע קולטור פֿון אַ פֿאַרטיליקונג. דער מאָדערניסטישער ייִדישער שרײַבער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט האָט מיר אַ מאָל געשריבן: „עס װײַזט אױס, אַז די ניט־ייִדן װעלן ניט דערלאָזן, אַז ייִדיש זאָל שטאַרבן‟.
גוט, אָבער װאָס טוט מען מיט די ייִדן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.