ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מען אין אַ סך לענדער לעצטנס אײַנגעפֿירט די ביאָמעטרישע פּאַספּאָרטן מיט קליינע עלעקטראָמישע מכשירים, וואָס אַנטהאַלטן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מענטש, ווי פֿינגער-אָפּדרוקן און בילדער פֿונעם פּנים און די אויגן. אויב די אינפֿאָרמאַציע שטימט נישט מיט דער קאָפּיע, רעקאָרדירט אין אַ שטרענג-פֿאַרזיכערטער קאָמפּיוטער-באַזע, קאָנען די גרענעץ-דינסטן גרינג באַשטעטיקן, אַז דער פּאַספּאָרט איז אַ פֿאַלשער.
בלויז אַ קליינע צאָל לענדער האָבן אָבער אַזאַ צענטראַליזירטע אינפֿאָרמאַציע-באַזע. אַ צאָל מענטשן האָבן שוין דעמאָנסטרירט, אַז מיט פֿאַרשיידענע קלוגע קונצן קאָן מען אַזאַ דאָקומענט יאָ פֿעלשן. אינעם יאָר 2008, האָט אַ גרופּע קאָמפּיוטער-העקערס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט וועגן זייערע עקספּערימענטן און דעמאָנסטרירט אַ פֿאַלשן ביאָמעטרישן פּאַספּאָרט, וואָס ווערט אָנערקענט דורך די מאַשינען ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער, אָבער געהערט, כּלומרשט, צום פֿאַרשטאָרבענעם זינער עלוויס פּרעסלי.
אַ סך מענטשן אַרום דער וועלט זענען אומצופֿרידן מיט אַזעלכע פּאַספּאָרטן, ווײַל זיי גלייבן, אַז די דאָזיקע דאָקומענטן קומען אין סתּירה מיט זייערע בירגער-רעכט און פֿאַרשאַפֿן זיכערהייט-פּראָבלעמען. ווײַט נישט יעדער וויל רעקאָרדירן זײַנע פֿינגער-אָפּדרוקן. נישט ווייניק מענטשן זאָגן זיך אָפּ, צוליב דעם, צו באַזוכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ מע פֿאָדערן יעדן אויסלענדישן טוריסט צו ווײַזן זײַנע פֿינגער אינעם פֿליפֿעלד. אַן אַנדער זאָרג, וואָס עמעצער קאָן שטילערהייט אויסגעפֿינען די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ מענטש, וואָס טראָגט אַזאַ פּאַספּאָרט אין קעשענע.
אַזעלכע דאָקומענטן האָט מען אײַנגעפֿירט, כּדי אָפּצושטעלן די גאַנצע געהיימע אינדוטסריע פֿון פֿאַלשע פּאַספּאָרטן. נישט אַלעמאָל קויפֿן מענטשן געפֿעלשטע דאָקומענטן צוליב קרימינעלע סיבות; צומאָל טוען זיי דאָס לשם אַ פּראָטעסט צי סתּם אויף טשיקאַוועס. למשל, דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר וועסלי סנײַפּס האָט געפּרוּווט אינעם יאָר 2005 אַרײַנצופֿליִען קיין יאָהאַנעסבורג מיט אַ פֿאַלשן דרום-אַפֿריקאַנער פּאַספּאָרט. מע האָט אים פֿאַרדעכטיקט, אַרעסטירט, אַבער שפּעטער געשיקט אַהיים, ווײַל ער האָט געטראָגן מיט זיך אויך אַן עכטן אַמעריקאַנער פּאַס. ס׳זעט אויס, אויב זײַן דאָקומענט איז טאַקע געווען אַ פֿאַלשער, האָט סנײַפּס דאָס געטאָן סתּם אויף טשיקאַוועס.
יעדער פֿאַרשטייט, פֿאַרוואָס מענטשן באַנוצן זיך מיט געפֿעלשטע דאָקומענטן: אויסצובאַהאַלטן זייער נאָמען, צו אימיגרירן אָן אַ וויזע, צו אַנטלויפֿן פֿון זייער לאַנד, פֿאַר קרימינעלע מאַפֿיע-געשעפֿטן. יונגע מענטשן קריגן אויך אַמאָל פֿאַלשע פּאַפּירן, כּדי זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר דערוואַקסענע. ס׳איז ווייניקער באַקאַנט, אָבער, אַז צווישן די עכטע און פֿאַלשע פּאַספּאָרטן ליגט אַ „גרויער‟ שטח פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע דאָקומענטן, וואָס זעען אויס ווי אַ לעגיטימער פּאַס.
דעם 24סטן יולי איז אין בערלינגטאָן, שטאַט ווערמאָנט, געשטאָרבן בײַ 91 יאָר סאָל גאַרעט (גאַרי) דייוויס, דער דערפֿינדער פֿונעם אַזוי-גערופֿענעם „וועלט־פּאַספּאָרט‟. זײַן טאַטע, מאיר דייוויס, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָפּולערן אָרקעסטער, דערפֿאַר האָט גאַרי זיך אויך פֿאַראינטערעסירט מיט קונסט און געוואָרן אַ בראָדוויי-אַקטיאָר. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער געדינט ווי אַ פּילאָט פֿון אַ באָמבאַרדיר-עראָפּלאַן. אינעם יאָר 1948, האָט ער שטאַרק חרטה געהאַט פֿאַר געוויסע מלחמה-אַקציעס פֿונעם מיליטער, זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט, און זיך דערקלערט ווי אַ קאָסמאָפּאָליט — אַ בירגער פֿון דער וועלט.
אינעם זעלבן יאָר, האָט דייוויס אויסגענוצט זײַן טעאַטראַלישן טאַלאַנט, כּדי איבערצורײַסן אַ סעסיע פֿון דער גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו-ען‟ אין פּאַריז, און גערופֿן די פּאָליטיקער צו שאַפֿן „אַ פֿאַראייניקטע וועלט־רעגירונג פֿאַר אַלע מענטשן‟. ס׳קאָן זײַן, אַז זײַן אויפֿטריט האָט געהאָלפֿן די „יו-ען‟ איינשטימיק אָנצונעמען, מיט צוויי וואָכן שפּעטער, די אינטערנאַציאָנאַלע דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט.
מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט דייוויס אָרגאַניזירט אין פֿראַנקרײַך אַ רעגיסטראַציע-אינסטאַנץ פֿון קאָסמאָפּאָליטן; 750,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרשריבן. די רעגירונג פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך באַצויגן צו דעם אָן אַ גרויסן ענטוזיאַזם. די צײַטונג „פּראַוודאַ‟ האָט געשילדערט דייוויסן, ווי אַ „סכּנותדיקן אַמעריקאַנער מאַניאַק‟. מיט דייוויסעס טעטיקייט אין פּאַריז האָט זיך, צום אומגליק, אָנגעהויבן סטאַלינס קאַמף קעגן די „אָנוואָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן‟, וועלכע האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטיסעמיטישער רדיפֿה.
וואָס טויג עס אַזאַ טעטיקייט, אַחוץ אַ סימבאָלישן זשעסט? אינעם יאָר 1954 האָט דייוויד זיך געגעבן אַן עצה און געשאַפֿן אַ קאָסמאָפּאָליטישע כּמו-רעגירונג, וואָס גיט אירע בירגער אַ ספּעציעלן „וועלט-פּאַספּאָרט‟, און אָנגעהויבן אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע, האָפֿנדיק איבערצוצײַגן פֿאַרשיידענע לענדער צו אָנערקענען אַזאַ בירגערשאַפֿט.
נישט ווייניק באַקאַנטע מענטשן האָבן זיך ערנסט באַצויגן צו דער חידושדיקער אינסטאַנץ. למשל, דער באַרימטער פֿידלער און דיריגענט יהודי מנוחין האָט באַקומען איינעם פֿון די ערשטע „קאָסמאָפּאָליטישע פּאַספּאָרטן‟.
זעקס לענדער האָבן טאַקע יאָ אָנערקענט עס ווי אַ לעגיטים נסיעה-פּאַפּיר: בורקינאַ־פֿאַסאָ, עקוואַדאָר, מאַווריטאַניע, טאַנזאַניע, טאָגאָ און זאַמביע. די דאָקומענטן זענען געוואָרן גענוג פּאָפּולער. עס האָבן זיך אַפֿילו אַרויסגעוויזן שווינדלער, וועלכע האָבן אָנגעהויבן זיי פֿעלשן און פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ סך געלט, צוזאָגנדיק די קונים, אַז מיט אַזאַ דאָקומענט קאָן מע פֿאָרן וווּ מע וויל אַרום דער וועלט. אַן עכטער „וועלט־פּאַספּאָרט‟ אויף 5 יאָר קאָסט הײַנט 75 דאָלאַר — מער־ווייניקער דער זעלבער פּרײַז, ווי פֿון אַן עכטער אַמבאַסאַדע.
אויף דער וועבזײַט פֿון דער „וועלט-רעגירונג‟ שטייט געשריבן, אַז כּמעט אַלע לענדער אין דער וועלט האָבן „כאָטש איין מאָל‟ אָנגענומען אַזאַ דאָקומענטן: //www.worldgovernment.org/visas.html
דאָס איז טאַקע אמת. די קונץ באַשטייט אין דעם, וואָס אויף די גרענעצן באַקוקט מען נישט תּמיד די פּאַפּירן, ווי געהעריק, און צומאָל באַציט מען זיך צום „וועלט-פּאַספּאָרט‟ ווי צו אַ ספֿקדיקן, אָבער ערנסטן, דאָקומענט. געוויינטלעך, ווערט מען אַרעסטירט, ווען מע פּרוּווט צו ווײַזן אַזאַ דאָקומענט; קיין גרויס פֿאַרברעכן איז עס אָבער נישט, ווײַל אַזאַ פּאַספּאָרט איז נישט אַ פֿאַלשער, נאָר בלויז אַ „פֿאַנטאַסטישער‟, לויטן די אימיגראַציע-געזעצן פֿון ס׳רובֿ לענדער.
אַ נסיעה מיט אַ „וועלט-פּאַספּאָרט‟ איז נישט פֿון די גרינגע. דייוויד אַליין, זײַענדיק אַ פֿאַרברענטער אידעאַליסט, איז געווען כּסדר אַרעסטירט און געזעסן אין טורמעס, פּרוּוונדיק אַרומצופֿאָרן די וועלט מיט זײַן פּאַספּאָרט, וועלכער איז באַגלייט מיט אויפֿשריפֿטן אויף זיבן שפּראַכן: ענגליש, שפּאַניש, פֿראַנצויזיש, רוסיש, אַראַביש, כינעזיש און — אַוודאי, ווי עס לוינט זיך פֿאַר אַן עכטן קאָסמאָפּאָליטישן דאָקומענט — אויף עספּעראַנטאָ.
אין געוויסע לענדער האָבן אַזעלכע דאָקומענטן געהאָלפֿן די פּליטים צו אַנטלויפֿן. די „וועלט-רעגירונג‟ באַטאָנט אויף איר וועבזײַט, אַז לויט דער אינטערנאַציאָנאַלער דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט, מעג יעדער מענטש פֿאַרלאָזן אַלע לענדער, אַרײַנגערעכנט זײַן אייגענע, ווי אויך זיך אומקערן אין זײַן לאַנד. עס באַקומט זיך, אַז אַ מענטש האָט דאָס רעכט צו אַנטלויפֿן מיט אַ „וועלט-פּאַספּאָרט‟, לויט דייוויסעס טעאָריע. צוליב דעם, האָט ער פּערזענלעך אַרויסגעגעבן זײַן דאָקומענט אַזעלכע מענטשן, ווי דזשוליאַן אַסאַנדזש און עדוואַרד סנאָודען.
נישט געקוקט אויף דייוויסעס ענטוזיאַסטישער טעטיקייט, איז זײַן פּאַספּאָרט געבליבן בלויז אַן עקסצענטרישע שפּיל. פֿונדעסטוועגן, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו ווײַזן מיט אַ טשיקאַוון טעאַטער-זשעסט, אַז די אָנגענומענע גרענעצן אין דער וועלט זענען נישט אַזוי אײַזן-שטרענג, ווי מע מיינט; אויב מע פּרוּווט זיי צו גנבֿענען גענוג שטאַרק, קאָן מען זיי טאַקע בײַקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.