מיט אַ פֿערציק יאָר צוריק, ווען איך האָב זיך געלערנט אין אַ העברעיִשער שול, האָט מײַן לערערין באַמערקט, אַז איך באַהאַלט זיך אונטערן טיש און מאַכן די אַנדערע תּלמידים לאַכן מיט טשיקאַווע העוויות. האָט זי מיך באַלד געשיקט צום דירעקטאָר, הגם איך בין געווען איינער פֿון די גוטע קינדער און זעלטן געטריבן קאַטאָוועס אינעם קלאַס, האָב איך נישט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן, ווײַל די לימודים זענען געווען געפֿערלעך נודנע.
טויזנטער אַנדערע תּלמידים פֿון די אַמעריקאַנער העברעיִשע שולן קאָנען דערציילן אַזעלכע מעשׂיות. בײַ אַ סך פֿון אונדז זענען געבליבן וואַרעמע זכרונות וועגן אַ געוויסן גוטן לערער, וועגן אַ יוגנטלעכער גרופּע אָדער אַ זומער־לאַגער. אַרבעטנדיק ווי דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿונעם „עקספּערימענט אין קהילה־בילדונג‟, אַן איניציאַטיוו פֿונעם „העברעיִשן יוניאָן-קאָלעדזש‟, האָב איך, צוזאַמען מיט מײַנע קאָלעגן, אויסגעפֿרעגט הונדערטער דערוואַקסענע ייִדן וועגן די בעסטע מאָמענטן אין זייער ייִדיש לעבן ווי קינדער. כּמעט קיינער האָט נישט דערמאָנט די העברעיִשע שול.
ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן באַקומען זייער ייִדישע בילדונג אין ספּעציעלע פּראָגראַמען בײַ די שילן. די סטאַטיסטיק ווײַזן אָבער, אַז אַלץ ווייניקער פֿון זיי ווילן זיך לערנען ווײַטער נאָך זייער בר־מיצווה, און אַלץ מער ייִדישע קינדער גייען בכלל אין די העברעיִשע שולן, צוליב דער אַלגעמיינער אַנטוישונג מיטן נידעריקן בילדונג־ניוואָ. כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, מוז מען, קודם, פֿאַרשיין די סיבות דערפֿון.
ווען די סיסטעם פֿון „העברעיִשע שולן‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין אַמעריקע, אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָט זי געגעבן די געלעגנהייט צו שיקן די ייִדישע קינדער אין די אַלגעמיינע „פּאַטריאָטישע‟ שולן, אַנשטאָט די ספּעציפֿיש־ייִדישע. די הוספֿה־קלאַסן אין די העברעיִשע שולן, וועלכע האָבן געפֿאָלגט נאָך דער וועלטלעכער מאָדעל פֿון בילדונג, האָבן געשטעלט דעם צוועק צו באַקענען די קינדער בעסער מיט דעם, וואָס זיי האָבן שוין געלערנט אין דער היים אָדער אין די אַקטיווע ייִדישע קהילות.
הײַנט האָט זיך די סיטואַציע געביטן. אויב די עלטערן פֿירן נישט קיין ייִדיש לעבן אין דער היים, באַקומען זייערע קינדער ווייניק ידיעות וועגן ייִדישקייט אין די העברעיִשע שולן. דערצו, זענען די לערער, געוויינטלעך, נישט קיין פּראָפֿעסיאָנאַלן. מיד נאָך אַ גאַנצן טאָג פֿון די וועלטלעכע קלאַסן, קומען די קינדער אויף אַ קורצער צײַט אין אַ דערעסנדיקן קלאַס, וווּ די העברעיִשע לימודים ווערן רעפּרעזענטירט ווי אַן אַבסטראַקטע אַקאַדעמישע דיסציפּלין, אָפּגעריסן פֿונעם טאָג-טעגלעכן לעבן. דאָס איז די וויכטיקסטע פּראָבלעם; ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס די קינדער ווילן אויסמײַדן די נודנע לימודים.
די „אינדוסטריע‟ פֿון די העברעיִשע שולן שטעלט פֿאַקטיש איין ציל: צוגרייטן די קינדער צו זייערע בר-מיצוות אָדער בת־מיצוות. די זעלבע סיסטעם האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַנדערע בילדונג-פּראָגראַמען בײַ די שילן. כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, מוז מען שאַפֿן אַ נײַע סיסטעם, וווּ אַ קינד זאָל פֿילן אַ לעבעדיקע פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער טראַדיציע.
ווי אַזוי קאָן מען עס טאָן? אין אַ טייל קהילות ווערט די קינדער־בילדונג קאָמבינירט מיטן פּראַקטישן קהילה־לעבן. למשל, די עלטערן דאַוונען, עסן די שבתדיקע סעודה און לערנען צוזאַמען מיט זייערע קינדער. אין אַ טייל אַנדערע ערטער שאַפֿן מענטשן קליינע ייִדישע חבֿורות בײַ זיך אין דער היים אָדער מאַכן נאָך, אויף אַן אייגענעם שטייגער, די עפֿעקטיווע פּראַקטיק פֿון די ייִדישע זומער־לאַגערן. ס׳איז אויך וויכטיק צו לערנען רעלעוואַנטע ייִדישע טעקסטן און פֿאַרנעמען זיך אַקטיוו מיט דער סאָציאַלער אַרבעט אין דער אָרטיקער קהילה. דאָס העלפֿט אַ קינד צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די טעאָריע פּאָרט זיך מיט דער פּראַקטיק.
לויט מײַן חשבון, וואָס איך פֿיר שוין במשך פֿון די לעצטע צוואָנציק יאָר, האָב איך באַמערקט, אַז בלויז 10—16 נישט־אָרטאָדאָקסישע שילן אין צפֿון־אַמעריקע האָבן עקספּערימענטירט מיט די נײַע בילדונג־מאָדעלן. די אַמעריקאַנער ליבעראַלע ייִדן מוזן פֿאַרשטיין, אַז די „רעאַלע בילדונג‟ מוז נישט קומען פֿון פֿאָרמעלע נודנע אינסטיטוציעס; אַדרבה, קאָן זי קומען דווקא פֿונעם דירעקטן שײַכות מיטן פּראַקטישן ייִדישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.