אַלע מיידלעך ווערן כּלות...

All Girls Become Brides


פֿון משה לעמסטער

Published August 28, 2013, issue of September 13, 2013.

אויף מײַנע ייִדיש־לימודים אין יולי, איז געווען די טעמע „קלאָגלידער פֿון אַ ייִדישער פֿרוי‟. ווען איך האָב זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם מאַטעריאַל, אינעם אינהאַלט פֿון אונדזערע פֿאָלקסלידער, בין איך געוואָרן איבערגעראַשט! כ’האָב אַ טראַכט געטאָן: צי קענען מיר טאַקע אונדזערע ייִדישע פֿרויען? צי פֿאַרשטייען מיר זייער נשמה, געפֿילן, האָפֿענונגען, זייערע פֿאַרלאַנגען?… אין לידער, וואָס ס‘האָט געזונגען אַ פֿאָלקס־פֿרוי בושעווען דאָך שעקספּיר־לײַדנשאַפֿטן! אָט וואָס עס שרײַבט דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן וועגן דער ליבע פֿון פּשוטע ייִדישע מיידלעך: „אַז זי ליבט, ליבט זי מיטן גאַנצן פֿײַער פֿון איר ריינעם האַרצן; איר גאַנץ לעבן ביז אין איר גרויען צאָפּ, ביז אין איר פֿינצטערן קבֿר הערט זי נישט אויף צו ליבן און צו האָפֿן, צו טרוימען און צו זינגען פֿון איר חנעוודיקן געליבטן‟.

טאַקע דערפֿאַר בין איך זיכער, אַז אונדזערע ייִדישע פֿרויען פֿאַרמאָגן אי אַן אינערלעכע שיינקייט, אי טאַלאַנט! ווײַל נאָר די וואָס האָבן טאַלאַנט, קאָנען זיך אַזוי לײַדנשאַפֿטלעך פֿאַרליבן. און טאַקע צוליב דעם זעלטענעם טאַלאַנט פֿון דער פֿרוי, געפֿינען מיר אַזוי פֿיל פּערל פּאָעזיע אין די לידער, וואָס עס זינגט די ייִדישע פֿרוי.

וועגן וואָס זשע האָבן געזונגען די פֿאַרליבטע ייִדישע מיידלעך? אויף וואָס געקלאָגט זיך אינעם ליד? און וואָס מיינט עס, ליבע, לויט זייערע געזאַנגען:

אַ ליבע הייבט זיך אָן פֿון אַ שמייכל,
פֿון אַ שמייכל ביז צו אַ קוש.
ס’נעמט אַוועק בײַם קליגסטן מענטשן דעם שׂכל,
דאָס קליגסטע מיידל מאַכט עס צום ניש’.

די ליבע קוילעט אַ וועלט מיט יונגע קינדער; בעסער וואָלט איך ניט געבאָרן געוואָרן, איידער איך האָב דערקענט די ליבע; ווער עס הייבט אָן אַ ליבע שפּילן, דאַרף דאָך ניט זײַן קיין נאַר; איך האָב אָנגעהויבן אַ ליבע שפּילן און האָב פֿאַרשפּילט מײַן וועלט; אונדזער ליבע איז אַרויסגעשוווּמען אַזוי ווי בוימל אויפֿן וואַסער; אין מײַן האַרצן ברענט אַ פֿײַער, וואָס קיינער קען מיר דאָס ניט פֿאַרלעשן; די ליבע ברענט… אאַוו.

אַ מאָל האָט די פֿרוי געהאַט דאָס גאַנצע לעבן וועגן וואָס צו קלאָגן. וועגן די סיבות, פֿאַר וואָס עס האָט זיך געקלאָגט אַ פֿרוי, קאָן מען זען פֿון די ווײַטערדיקע שורות פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָלקסלידער, פֿון פֿאַרשיידענע קוואַלן:

איז געקומען אַ שענער מיידל און האָט אים צוגענומען; מסתּמא האָט ער שוין אַ צווייטע געפֿונען, און מיך האָט ער שוין ניט אין זינען; יעצט איז מיר פֿינצטער, און דערצו נאָך ביטער — פֿאַר אַן אַנדער מיידל האָט מען אים פֿאַרקנסט; ער גייט אַוועק צו אַן אַנדערער, גראָבט ער פֿאַר מיר אַ קבֿר; מײַן געליבטער, אוי, ליבט אַ צווייט מיידל און פֿון מיר האָט ער חוזק געמאַכט;

קומט צו גיין צו מיר,
זאָגט: איך האָב דיך ליב;
גייט אַוועק צו דער אַנדערער
און גראָבט אויף מיר אַ גרוב.

אַלע בחורים זײַנען הינט; מע דאַרף צוזאַמעננעמען אַלע פֿאַלשע ייִנגעלעך און אויפֿן פֿײַער זיי פֿאַרברענען; הײַנטיקע ייִנגלעך איז אַזוי פֿיל צו גלייבן אַזוי ווי דעם הונט אויף דער גאַס!

פֿון דעסטוועגן, גלייבט דאָס מיידל, אַז מע וועט נעמען אַ נקמה פֿאַר איר:

נאָר גאָט וועט דיך שטראָפֿן; די גאַנצע וועלט וועט מיט דיר קלינגען, דו האָסט פֿאַרטריבן אַ יונג קינד אין דער ערד; נוקם וועט זיך זײַן אין דיר דער שׂטן, ער וועט דיך שרעקן בײַ טאָג און בײַ נאַכט!…

דאָס טײַערסטע פֿאַרן מיידל איז די ליבע אַליין. אויב מע נעמט צו בײַ איר דעם ליבן, וויל זי ניט לעבן. און אויב ס’איז דאָ אַ שולדיקער, וואָס האָט זי צעטיילט מיטן געליבטן, שעלט זי אים. זי מיינט, אַז זי איז תּמיד גערעכט, ווײַל: „צו קיין ליבע טאָר מען זיך ניט מישן‟. זי איז אויך ניט מוחל דעם, וואָס האָט זי אָפּגענאַרט. צי קאָן מען זי, דאָס ייִדישע מיידל, באַשולדיקן פֿאַר אירע כּללות? איך מיין, מע דאַרף זי, קודם־כּל, פֿאַרשטיין.

דײַן מוטער… אויף אירע פֿיס זאָל זי ניט קאָנען גיין; ווער ס’האָט נאָר אין אונדזער ליבע שולד, דער זאָל שטאַרבן פֿאַר הונגער; ווער ס’האָט נאָר אין אונדזער ליבע שולד, זאָל אַרומגיין אייביק אין די הײַזער; און וויפֿל קינדער דו וועסט האָבן, זאָלסטו זיי גרויסערהייט באַגראָבן; דו זאָלסט בלײַבן עלנט ווי אַ שטיין, אָן אַ פֿאָטער, אָן אַ מוטער; דײַן טאַטע… אין קיִעווער שפּיטאָל זאָל ער ליגן; דײַן מאַמע… אויף פֿרעמדע טירן זאָל זי אַרומגיין; דײַן ברודער… אין די הײַזער זאָל ער אַרומגיין; דײַן שוועסטער… ס’אָל איר אויסגיין אַזאַ מין סוף ווי מיר…

אַנדערע סיבות, וואָס צעטיילט די געליבטע:

אונדזערע עלטערן טוען שדוכים, זיי טוען אונדז נאָר ניט פֿרעגן; דײַן מאַמעניו גייט אַרום און שעלט מיך, קיין אָרעם מיידל פֿאַר קיין שנור וויל זי ניט; איך וויל תּנאָים שרײַבן, מײַן מאַמעשי לאָזט מיך ניט; וועמען מיר ווילן ניט, יענער איז אונדזער מאַן…

מײַנע פֿינגער וועלן ווערן פֿעדער,
און מײַנע ליפּן זײַנען בלאַס ווי פּאַפּיר.
פֿון מײַנע אויגן מיט מײַנע טרערן
וועל איך שרײַבן ליבעבריוו צו דיר…

דער ליבער ווערט אַ סאָלדאַט:

אַ לייטערל צום הימל וועל איך שטעלן/ און וועל אַרויפֿקריכן צו גאָט,/ עטלעכע ווערטער וועל איך בײַ אים פֿרעגן,/ פֿאַרוואָס מײַן שיינער דאַרף ווערן אַ סאָלדאַט?

אויב ער, דער געליבטער, האָט אָפּגעדינט אין דער אַרמיי לאָזט זיך אויס, „אַז גאָט האָט שוין געהאָלפֿן, אַז ער איז שוין אַרויס, — זוכט ער אויס אַ שענערע און פֿון מיר לאַכט ער אויס…‟

און ווען מע האָט שוין חתונה קלאָגט מען ווײַטער:

אויף וואָס האָסטו מיר געגעבן אַ מאַן אַ פֿערד, נעם אים צו אין דער ערד; אויף וואָס האָסטו מיר געגעבן אַ מאַן אַ ביק, נעם אים צו צוריק; אַ מאַן איז נאָר אַ צרה אויף דעם קאָפּ; אוי, טאַטע, איידער פֿאַר אַזאַ שלימזל חתונה צו האָבן, בעסער וואָלסטו מיך באַגראָבן; אוי, מיר אָרעמע מיידלעך, וואָס טויג אונדזער סך נדן, אַז מע פּוצט אונדז אויס אַ פֿערד פֿאַר אַ מאַן; אַז די מיידל נעמט דעם אַלמן, האָט זי וואָס צו קלאָגן; ער איז אַוועק אין אַ ווײַטער מדינה, די יונגע חנהלע איז געבליבן אַן עגונה…

וואָס הייסט אַן אַלמנה? —
אַז דער מאַן שטאַרבט אַוועק;
וואָס הייסט אַן עגונה? —
אַז דער מאַן וואַרפֿט אַוועק!

די שוויגער רק בייז, ווי אַ טיגער; דער שווער ברומט שטענדיק ווי אַ בער; שטיי איך אויף שפּעט זאָגט מײַן בייזע שוויגער, אַז איך ליג ווי אַ נבֿלה ביז האַלבן טאָג אין בעט; שוויגער ליבע, שוויגער זיסע, עפֿנט אויף אַ פֿענצטערל, אפֿשר וועט אַ ווינטעלע בלאָזן און אפֿשר וועט מיר גרינגער זײַן…

און אויך אויף דער עלטער האָט וועגן וואָס צו קלאָגן און צו טענהן אַ פֿרוי:

אוי, ווי נעם איך אַמאָליקע יאָרן,
ווען איך בין געווען יונג און שיין…
אוי, וויי, שוועסטערלעך, אוי, ס’איז ניט גוט
אוי, וויי, חתונה האָבן הייס איך ניט…

איז אפֿשר כאָטש אויף יענער וועלט וועט די פֿרוי ניט קלאָגן? אָבער נישט די ייִדישע פֿרוי:

אויפֿן בית־עולם, אונטער אַ מצבֿה, הערט זיך אַ קול פֿון אַן נקבֿה: „וואָס וויל די שטיפֿמוטער פֿון מײַן איין־און־איינציק קינד?…‟

ניט יעדער מאַן, וואָלט געקאָנט אויסהאַלטן, וואָס אַ מאָל האָט איבערגעלעבט אַ פֿאַרליבטע ייִדישע פֿרוי. אָבער ניט דערפֿאַר באַדאַנקען יעדן אינדערפֿרי אונדזערע רעליגיעזע מאַנצבילן דעם אייבערשטן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיי ניט באַשאַפֿן ווי אַ פֿרוי. פֿאַר וואָס זשע דען? זיי זאָגן תּפֿילה דערפֿאַר, ווײַל דער מאַנצביל קאָן מקיים זײַן 613 מיצוות, און די פֿרוי נאָר 248. אַגבֿ, בשעת אַ מאַן פֿילט אויס די 613 מיצוות, מוז זײַן לעבנס־חבֿרטע „האָלץ אַליין האַקן, ברויט איז ניטאָ פֿון וואַנען צו באַקן, און אַ ברית אַלע יאָר…‟

איין זאַך, צווישן די מיצוות, וואָס אַ ייִדישע פֿרוי דאַרף מקיים זײַן, איז דווקא ניטאָ — ליב האָבן; אַזוי ווי אַ ייִדישע פֿרוי קען — מיטן גאַנצן פֿײַער און ברען פֿון איר האַרץ!